בײַ די אָרטאָדאָקסישע ייִדן, בפֿרט אין די חרדישע קרײַזן, איז פֿאַרשפּרייט די דעה, אַז זייערע מינהגים זענען די איינציקע אויטענטישע ווערסיע פֿון ייִדישקייט. למשל, הרבֿ אַבֿי שאַפֿראַן, דער דירעקטאָר פֿון געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען פֿון „אַגודת־ישׂראל‟, האָט אינעם יאָר 2012 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין Forward, לויט וועלכן די עכטע שומרי-תּורה־ומיצוות שטרעבן צו פֿאָלגן די זעלבע טראַדיציע, וואָס ייִדן האָבן גענוי אָפּגעהיט פֿון דור צו דור. מיט אַ יאָר צוריק האָט שאַפֿראַן פּובליקירט אין דער זעלבער צײַטונג אַן אַנדער אַרטיקל, אַז אויב די חרדים שיידן זיך אונטער פֿון אַנדערע גרופּעס ייִדן, איז עס דווקא אַ סימן פֿון זייער געטרײַשאַפֿט צו דער היסטאָרישער ייִדישער מסורה. אין דער אָרטאָדאָקסישער פּרעסע טרעפֿט אַזאַ לשון אויף שריט און טריט.
אין דער אמתן, האָבן די היסטאָריקער שוין לאַנג געוויזן, אַז דאָס הײַנטיקע חרדישע לעבן איז אַ פּראָדוקט פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, און אַז די ייִדישע מלבושים, מינהגים און לעבנס־שטייגער האָבן זיך געביטן במשך פֿון דער צײַט. די הײַנטיקע אָרטאָדאָקסישע נאָרמעס שטימען נישט אַלעמאָל מיט דעם, וואָס ס׳איז געווען אָנגענומען בײַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר אין די פֿאַרגאַנגענע דורות. אַדרבה, דער חרדישער נוסח פֿון ייִדישקייט איז אַ רעאַקציע קעגן מאָדערנקייט, און דערפֿאַר איז ער גופֿא אויך אַ מאָדערנער חידוש.
מאַרק (מלך) שאַפּיראָ, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער און אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ, דערקלערט אין זײַן נײַ בוך, וואָס טראָגט דעם נאָמען „בײַטן דאָס אומבייגעוודיקע: ווי אַזוי די אָרטאָדאָקסישע ייִדישקייט שרײַבט איבער איר געשיכטע‟, אַז די פֿרומע ייִדן זענען אַזוי טיף פֿאַרנומען מיט היסטאָרישע טראַדיציעס, ווײַל אין דער טראַדיציאָנעלער פֿרום־ייִדישער וועלט שטייט אינעם צענטער דער אַנאַליז פֿון קלאַסישע רבנישע טעקסטן. ווען מע גריבלט זיך אין די פּרטים פֿון אוראַלטע קוואַלן, קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מע פֿאָלגט פּונקט דער זעלביקער טראַדיציע, ווי מיט הונדערטער יאָר צוריק.
אין זײַן בוך, האָט שאַפּיראָ געזאַמלט אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿענאָמען פֿון פֿרומער צענזור. עס טרעפֿן זיך נישט זעלטן פֿאַלן, ווען די קלאַסישע ייִדישע טעקסטן גופֿא זענען געענדערט געוואָרן, כּדי זיי צופּאַסן צו די לעצטע פֿרומע „מאָדעס‟.
דער מחבר פֿירט אָן מיט די ייִדישע שטודיעס אינעם סקראַנטאָן־אוניווערסיטעט, שטאַט פּענסילוועניע. נישט איין מאָל האָט ער שוין מיט זײַנע פֿאָרשונגען געגעבן די חרדישע סטערעאָטיפּן אַ שטאָך. אינעם יאָר 1999 איז אַרויס זײַן קריטישע ביאָגראַפֿיע פֿון הרבֿ יחיאל ווײַנבערג, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם נע־ונד פֿונעם דאָזיקן באַקאַנטן פּויליש־געבוירענעם שווייצאַרישן פּוסק צווישן דער חרדישער ישיבֿה־וועלט און דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע, און וועגן פֿאַרשיידענע פֿאַקטן פֿון זײַן ביאָגראַגראַפֿיע, וואָס פֿאַר אַ טיפּישן פֿרומען לייענער קלינגען איבערראַשנדיק.
אינעם יאָר 2004 איז אַרויס שאַפּיראָס וויכטיק בוך „די גרענעצן פֿון דער אָרטאָדאָקסישער טעאָלאָגיע‟, וווּ ער ווײַזט מיט קאָנקרעטע בײַשפּילן, אַז ווײַט נישט אַלע עיקרי־האמונה פֿונעם רמב״ם זענען אָנגענומען געוואָרן ווי אַן אַקסיאָם צווישן די אַנדערע באַקאַנטע רבנים. אַדרבה, אַפֿילו אין די סאַמע טראַדיציאָנעלע פֿרומע קרײַזן האָבן אַלעמאָל מיטעקזיסטירט פֿאַרשיידענע אָפּטײַטשן פֿון עיקרדיקע טעאָלאָגישע ענינים.
שאַפּיראָס נײַ בוך ווײַזט אַ צאָל בײַשפּילן פֿון בכּיוונדיקער צענזור, וואָס טרעפֿט זיך אין די הײַנטיקע אויסגאַבעס פֿון די קלאַסישע רבנישע טעקסטן. הגם מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע איינצלנע פֿאַלן זענען בלויז אַ קליינער טייל פֿונעם ריזיקן רבנישן ליטעראַטור־קאָרפּוס, זענען זיי פֿאָרט אַ וויכטיקער באַווײַז פֿון דער הײַנטיקער אָרטאָדאָקסישער טענדענץ נישט בלויז אָפּצולייקענען די היסטאָרישע בײַטן אין דער ייִדישער טראַדיציע, נאָר ספּעציעל אויסצומעקן וועלכע־ניט־איז סימנים פֿון אַלטערנאַטיווע טראַדיציעס. דער מחבר ווײַזט אויך, אַז די רבנישע צענזור איז נישט בלויז אַ הײַנטצײַטיקער פֿענאָמען, און ברענגט גאַנץ אַלטע מוסטערן פֿון אַזאַ טעקסט־פּאָליטיק.
למשל, דער מחבר פֿונעם שולחן־ערוך, רבי יוסף קאַראָ, האָט אַליין אָנגעשריבן, אַז דאָס שלאָגן כּפּרות ערבֿ יום־כּיפּור איז אַ „נאַרישער מינהג‟. ווײַט נישט אַלע רבנים האָבן געגלייבט, אַז אַ געשאָכטענע הון איז מסוגל צו העלפֿן פּטור צו ווערן פֿון עבֿירות; אַ טייל אַנדערע רבנים האָבן בפֿירוש געטענהט, אַז דער דאָזיקער מינהג האָט אַ שײַכות צו עבֿודה־זרה. די אַנדערע האָבן עס אָבער יאָ געשטיצט. אַזוי צי אַזוי, האָט מען די קריטישע פֿראַזע אויסגעמעקט פֿון ס׳רובֿ אויסגאַבעס פֿונעם שולחן־ערוך, אָנהייבנדיק פֿונעם 18טן יאָהונדערט. שאַפּיראָ באַמערקט, אַז אויב אַפֿילו פֿון אַזאַ פֿונדאַמענטאַלן הלכה־טעקסט האָבן די פֿאַרלעגער אויסגעשניטן געוויסע ווערטער, ווער ווייסט, וואָס האָט געקאָנט געשען מיט אַנדערע באַקאַנטע ספֿרים?
ווי אַן אַנדער בײַשפּיל, האָט שאַפּיראָ געוויזן, אַז דער באַקאַנטער פֿרומער פֿאַרלאַג „אַרטסקראָל‟ האָט אויסגעמעקט אַ געוויסע פֿראַזע אינעם קלאַסישן תּורה־פּירוש פֿונעם רשב״ם, רבי שמואל בן מאיר, אָנגעשריבן אינעם 12טן יאָרהונדערט, לויט וועלכער עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער טאָג הייבט זיך אָן צופֿרי, און נישט נאָכן זון־פֿאַרגאַנג. די פֿאַרלעגער האָבן געטענהט, אַז די דאָזיקע פֿראַזע קומט אין סתּירה מיט דער אָנגענומענער ייִדישער מסורה און מוז קומען פֿון אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן קוואַל.
אין אַנדער פֿאַל, ווי עס ווײַזט שאַפּיראָ, האָט „אַרטסקראָל‟ אויסגעשניטן אַ פֿראַזע פֿון רש״י, דעם באַרימטן קלאַסישן מפֿרש, וווּ ער זאָגט, אַז די חכמים האָבן אײַנגעפֿירט „תּיקוני סופֿרים‟, געביטן געוויסע ווערטער אינעם טעקסט פֿון דער תּורה גופֿא. ווי באַלד אַזאַ דעה קלינגט ווי כּפֿירה, לויטן פֿאַרשפּרייטן הײַנטיקן אָפּטײַטש פֿון דער ייִדישער אמונה, האָבן די פֿאַרלעגער באַשלאָסן „אויסצורייניקן‟ רש״יס קאָמענטאַר.
שאַפּיראָ גיט צו, אַז די צענזור איז נישט קיין ספּעציפֿיש פֿרומער אָדער רעליגיעזער פֿענאָמען. אַדרבה, די פֿאַרלעגער אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע האָבן אינגאַנצן אָפּגעלייקנט די רעליגיע, האָבן אַ סך מער „אויפֿגעטאָן‟ אינעם דאָזיקן געביט. פֿונדעסטוועגן, איז וויכטיק צו וויסן, אַז די ייִדישע ספֿרים־הקדושים, להיפּוך צום חרדישן סטערעאָטיפּ, ווערן נישט אַלעמאָל אַקוראַט קאָפּירט, און אַז די חרדים אַליין שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אינעם צענזורירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.