ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 21, 2015, issue of August 07, 2015.

זומער־קורס: ווער זײַנען געווען די סטודענטן

דער וואַרשעווער ייִדישער זומער־קורס האָט זיך פֿאַרענדיקט, און דערפֿאַר איז אפֿשר כּדאַי צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן די טשיקאַווע סטודענטן, וואָס זענען געקומען קיין פּוילן פֿון דער גאַנצער וועלט.

דאָס יאָר האָבן מיר געהאַט סטודענטן פֿון ניו-זעלאַנד אין דרום ביז שוועדן אין צפֿון; פֿון מעקסיקע און בראַזיל אין מערבֿ, ביז רוסלאַנד אין מיזרח.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך פּאָליאַקן האָבן אויך אָנטייל גענומען אין דער דרײַ-וואָכיקער פּראָגראַם. צווישן זיי — די אַקטריסעס פֿון דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס רעדן אַ נישקשהדיקן ייִדיש און ווילן פֿאַרברייטערן זייערע קענטענישן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַזוי ווי אויך די אָנגעשטעלטע פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, וואָס ייִדיש קומט זיי צוניץ בײַ דער אַרבעט.

ווי געוויינטלעך, האָבן מיר געהאַט אַ האַלב טוץ דאָקטאָראַנטן, וואָס שרײַבן וועגן ייִדישע שרײַבערס און דראַמאַטורגן.

פֿון שוועדן זענען געקומען מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש סײַ פֿאַר דער מלוכה (ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע מינדערהייט־שפּראַך אין שוועדן), סײַ פֿאַר דער אייגענער נשמה.

פֿון דײַטשלאַנד זענען געקומען צוויי סטודענטן, אַ לערערקע און אַ קינסטלער. די נסיעה פֿון בערלין קיין וואַרשע געדויערט בלויז פֿינעף שעה מיט דער באַן, און וואַרשע איז דערפֿאַר אַ גינסטיק אָרט פֿאַר אונדזערע דײַטשישע שכנים.

צווישן די תּלמידים פֿונעם זומער־קורס געפֿינט מען עטלעכע פּענסיאָנערן, וואָס האָבן ליב צו פֿאַרברענגען דעם זומער אויף אַ טשיקאַוון, קולטורעלן אופֿן; אָבער דאָס רובֿ סטודענטן זענען פֿאָרט יונגע לײַט. אַז מען גיט אַ קוק אויפֿן עולם וואָס איז געקומען קיין וואַרשע זיך לערנען ייִדיש און זיך באַקענען מיט דער רײַכער ייִדישער קולטור, באַמערקט מען אַ מאָדנע זאַך: קיין שום יונגע לײַט זענען נישט געקומען פֿון ישׂראל.

לילי גלילי
Facebook
לילי גלילי

וואָס פֿעלט אויס אין פּוילן?

לילי גלילי (גאַלילי) איז אַ ישׂראלדיקע זשורנאַליסטין, וואָס איז געקומען אויף אַ באַזוך קיין פּוילן. בשעת דער אַזוי גערופֿענער גאָמולקאַ-עמיגראַציע (1956-1958), ווען איר לערערקע אין שול האָט זיך דערוווּסט, אַז די משפּחה האָט בדעה צו עמיגרירן, דערציילט גלילי, האָט מען זי פּראָסט און פּשוט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער שול. איצט, שרײַבט גלילי, איז זי מיט אַ מאָל געוואָרן פּאָפּולער. פּוילן „צאַצקעט זיך‟ די טעג מיט אַזעלכע ייִדן ווי זי. די ייִדן זענען געוואָרן פּלוצעם פּאָפּולער, אָדער ווי מען זאָגט עס הײַנט אין פּוילן, „קול‟. אַפֿילו די גויים מאַכן הײַנט אַן אָנשטעל אין לאַנד, אַז זיי זענען ייִדן.

במשך פֿון איר קורצן באַזוך אין איר געבורסט־אָרט, האָט לילי גלילי באַזוכט דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. גזשעגאָזש טאָמטשעווסקי פֿונעם ייִדישן מוזיי, האָט באַטאָנט אין זײַן שמועס מיט איר, אַז דער מוזיי וויל נישט פֿאַרשווײַגן די טרויעריקע זײַט פֿון דער פּויליש-ייִדישער געשיכטע. נאָר וואָס זשע? דער מוזיי וויל אויך ווײַזן, אַז פֿאַרן חורבן האָבן די ייִדן געלעבט אין פּוילן במשך פֿון איין טויזנט יאָר. די ייִדן האָבן געשאַפֿן אַ גרויסע קולטור און דער צושטײַער פֿון די פּוילישע ייִדן צו דער ייִדישער און פּוילישער קולטור איז אַ ריזיקער.

וואָס שייך דעם מצבֿ פֿון דער איצטיקער קליינער ייִדישער קהילה, זאָגט טאָמאַטשעווסקי, זענען זיי זיכערער דאָ, ווי למשל, אין פֿראַנקרײַך. דער לעצטער אָנגריף אויף ייִדן אין פּוילן איז פֿאָרגעקומען מיט 25 יאָר צוריק.

פֿון וואַרשע איז לילי גלילי געפֿאָרן קיין קראָקע, כּדי צו זען מיט די אייגענע אויגן דעם דאָרטיקן ייִדישן פֿעסטיוואַל. זי האָט געהערט, ווי אַ גרופּע מיטן נאָמען „אַלטע זאַכן‟ שפּילט אין דער נײַער שיל. נײַ, פֿאַרשטייט זיך, איז רעלאַטיוו. די נײַע שיל אין קראָקע איז 400 יאָר אַלט. „די מוזיק וואָס די מוזיקער שפּילן דאָרט איז טאַקע שיין, אָבער ס’איז מיר שווער‟, שרײַבט לילי גלילי, „צו קאָנצענטרירן זיך אויף מוזיק און קונסט, וויסנדיק, אַז מײַנע באָבע-זיידע האָבן געוווינט ממש אויף דער צווייטער זײַט גאַס פֿון דער נײַער שיל.‟

אין קראָקע איז לילי גלילי געגאַנגען זען, וואָס סע טוט זיך אינעם דאָרטיקן ייִדישן צענטער. יונגע לײַט האָבן זיך דאָרטן געלערנט טאַנצן ישׂראלדיקע פֿאָלקס-טענץ. גלילי דערציילט, אַז דער קלוב איז פֿול מיט ליטעראַטור וועגן די פּוילישע ייִדן. „עס זענען מסתּמא פֿאַראַן מער ביכער וועגן ייִדן, ווי די ייִדן הײַנט אין פּוילן‟, שרײַבט זי מיט אַ טרויעריקן הומאָר.

„גייענדיק דורך די גאַסן פֿון קאַזימיר, די ייִדישע געגנט פֿון קראָקע, קען מען פֿילן די פּוילישע אָבסעסיע מיט די ייִדן‟ — שרײַבט גלילי. אין אַ געוויסער מאָס האָבן נישט די פּאָליאַקן קיין אַנדער ברירה. ווען זיי הייבן אָן צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿון פּוילן, שטויסן זיי זיך אָן אויף אונדז, פּוילישע ייִדן, אויף יעדן שריט און טריט. דאָס איז מסתּמא אויך די סיבה, וואָס מיר זעען אַזוי פֿיל נײַע פּראָגראַמען פֿון ייִדישע לימודים אין פּוילן און ייִדישע פֿעסטיוואַלן אין אַ ריי פּוילישע שטעט און שטעטלעך. נאָר איין זאַך פֿעלט הײַנט אין פּוילן — די ייִדן אַליין.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.