ראַסיזם קעגן שוואַרצע פֿרומע ייִדן איז אומעטום

Racism is Constant for Black Orthodox Jews

חווה שערווינגטאָן
חווה שערווינגטאָן

פֿון חווה שערווינגטאָן (ייִט״אַ)

Published July 22, 2015, issue of August 07, 2015.

ניו־יאָרק. — ווען איך בין געווען 24 יאָר אַלט, האָט אַ פֿרומע שדכנטע מיך געפּרוּווט צונויפֿפֿירן מיט אַ מאַן, וואָס איז געווען עלטער פֿון מײַנע טאַטע־מאַמע. ווען איך האָב זיך אַנטקעגנגעשטעלט, האָט זי געזאָגט: „זײַ נישט אַזוי איבערקלײַבעריש. זייער ווייניק בחורים וועלן זײַן גרייט אַרויסצוגיין מיט אַ שוואַרץ מיידל.‟

ווי אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרומע ייִדישע טאָכטער, איז דער אינצידענט נישט געווען מײַן ערשטע איבערלעבונג, פֿאַרבונדן מיטן ראַסיזם. צום באַדויערן, איז דאָס אַ זאַך וואָס איך און אַנדערע טונקל־הויטיקע ייִדן מוזן כּסדר אויסשטיין. איין שוואַרצע ייִדישע מאַמע האָט מיר דערציילט, אַז ווען זי האָט איין מאָל געבראַכט איר קינד צו אַן אונטערנעמונג פֿאַר ייִדישע קינדער, האָט זי פּלוצלינג דערהערט די פֿראַגע: „פֿאַר וואָס איז די גויע דאָ?‟

אין איין ישיבֿה אין ברוקלין, האָט מען אַפֿילו געבעטן די מאַמע פֿון אַ האַלב־שוואַרץ קינד מער נישט זיך באַווײַזן אינעם שול־בנין, ווײַל עס מאַכט די אַנדערע עלטערן אומבאַקוועם. אַ צווייטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט איין מאָל, בײַם לייגן תּפֿילין מיט אַ מנין, דערהערט ווי איינער זאָגט: „איך וויל נישט דאַווענען מיט אַ שוואַרצן‟.

די אָרטאָדאָקסישע געזעלשאַפֿט איז אַ הערלעכע קהילה, מיט דעם וואָס זי מוטיקט ייִדן צו טאָן חסד, געבן צדקה, לערנען תּורה און זיך תּמיד פֿאַרבעסערן דורך טאָן מיצוות. אין אַזאַ קהילה איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר אַזאַ ראַסיזם.

אַלע ייִדן, וואָס געהערן צו אַ צווייטער ראַסע, קאָנען ווערן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה; זיי קענען געפֿינען אַ שידוך און גיבן די קינדער אַ געראָטענע ישיבֿה־דערציִונג. אָבער כּדי דאָס צו דערגרייכן, דאַרפֿן זיי האָבן אַ פּאָזיטיוון צוגאַנג צום לעבן; זיי דאַרפֿן וויסן ווי צו רעדן איידל מיט מענטשן, און זיי דאַרפֿן, פּראָסט־און־פּשוט, זײַן שטאַרק ווי אײַזן.

אַ שוואַרצער ייִד דאַרף זיך פֿילן זיכער בײַ זיך אַליין, ווען ער גייט אַרײַן אין אַ שיל, נישט וויסנדיק, צי מע וועט אים צורעכענען צום מנין. מע דאַרף וויסן ווי צו זײַן איידל, ווען אַ מענטש פֿרעגט אײַך (ווידער) וועגן אײַער „דרך צו ייִדישקייט‟ אָדער „ווי אַזוי האָסטו זיך אויסגעלערנט לייענען אַזוי גוט לשון־קודש?‟. מע דאַרף זײַן שטאַרק ווי אײַזן, ווען מע גייט אַרײַן אין אַ כּשרן רעסטאָראַן אָדער אַ געוועלב מיט פֿרומע אייגנטימער, וויסנדיק, אַז אַלע אויגן וועלן זײַן אָנגעשטעלט אויף אײַך, ווי נאָר איר טרעט איבער די שוועל — און וועלן נישט אָפּטרעטן פֿון אײַך ביז איר גייט אַוועק.

מיר, שוואַרצע פֿרומע ייִדן, דאַרפֿן כּסדר באַווײַזן אונדזער אויטענטישקייט. ס׳איז פֿרוסטרירנדיק, אויסמאַטערנדיק, און יאָ — דעפּרימירנדיק.

אַפֿילו אויב אַ ייִד איז נישט צוגעוווינט צו זען אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, לאַטינאָ אָדער אַזיאַטישע ייִדן אין דער קהילה, דאַרף ער אָדער זי זיך פֿאָרט באַציִען צו זיי אַזוי ווי צו אַנדערע ייִדן, און שאַפֿן אַ קהילה, וואָס איז פֿרײַנדלעך און שליסט קיינעם נישט אויס. די צאָל אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און מענטשן פֿון אַנדערע ראַסעס און עטנישע גרופּעס, וואָס געהערן צו דער פֿרומער ייִדישער קהילה, האַלט אין איין וואַקסן, און מיר דאַרפֿן אָנהייבן צו אָנערקענען דעם ענין.

עס זענען דאָ אַ סך סיבות פֿאַרן ראַסיזם בײַ פֿרומע ייִדן. ערשטנס, לעבן אַ סך פֿון זיי אָפּגעזונדערט פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָבן זיי זיך נאָך נישט אויסגעלערנט די תּקנות פֿון „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟. צווייטנס, וווינען אַ סך פֿון זיי אין די געגנטן, וווּ די באַציִונגען מיט די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שכנים זענען אָנגעשטרענגט, און דערפֿאַר האָבן זיך אַנטוויקלט נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן זיי. אַפֿילו וווילע מענטשן פֿאַרשטייען נישט, פֿאַר וואָס זייערע באַמערקונגען און זייער אויפֿפֿיר קאָן באַליידיקן אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווײַל זיי אַליין האָבן אַזוי ווייניק קאָנטאַקט מיט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער בכלל.

די אָרגאַניזאַציע, וואָס איך פֿיר אָן מיט איר, Jewish Multiracial Network, פּרוּווט צו ווײַזן די אַמעריקאַנער ייִדן פֿון אַלע רעליגיעזע שטראָמען ווי אַזוי אויסצוקומען מיט ייִדן פֿון אַנדערע ראַסעס און עטנישע גרופּעס. אָט זענען עטלעכע שריט, וואָס די אָרטאָדאָקסישע קהילה וואָלט געמעגט אָננעמען:

ערשטנס, שאַפֿט אַ וואַרעמע סבֿיבֿה פֿאַר אַלעמען דורך אויסמײַדן יענע זידלווערטער, וואָס באַליידיקן אַנדערע ראַסעס און עטנישע גרופּעס.

צווייטנס, לאָמיר אויסלערנען אונדזערע קינדער, אַז אַנשטאָט צו דערנידעריקן די „דרויסנדיקע‟, זאָלן מיר אין זינען האָבן, אַז מיר זענען אַלע באַשאַפֿן געוואָרן אין גאָטס געזיכט. ס׳איז נישט קיין חטא צו זײַן אַנדערש.

דריטנס, פֿרעגט נישט די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִדן וועגן זייער גיור־פּראָצעס אָדער לעבנס־געשיכטע. דאָס איז אַ פּשוטער ענין פֿון דרך־ארץ.