ניו־יאָרק. — ווען איך בין געווען 24 יאָר אַלט, האָט אַ פֿרומע שדכנטע מיך געפּרוּווט צונויפֿפֿירן מיט אַ מאַן, וואָס איז געווען עלטער פֿון מײַנע טאַטע־מאַמע. ווען איך האָב זיך אַנטקעגנגעשטעלט, האָט זי געזאָגט: „זײַ נישט אַזוי איבערקלײַבעריש. זייער ווייניק בחורים וועלן זײַן גרייט אַרויסצוגיין מיט אַ שוואַרץ מיידל.‟
ווי אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרומע ייִדישע טאָכטער, איז דער אינצידענט נישט געווען מײַן ערשטע איבערלעבונג, פֿאַרבונדן מיטן ראַסיזם. צום באַדויערן, איז דאָס אַ זאַך וואָס איך און אַנדערע טונקל־הויטיקע ייִדן מוזן כּסדר אויסשטיין. איין שוואַרצע ייִדישע מאַמע האָט מיר דערציילט, אַז ווען זי האָט איין מאָל געבראַכט איר קינד צו אַן אונטערנעמונג פֿאַר ייִדישע קינדער, האָט זי פּלוצלינג דערהערט די פֿראַגע: „פֿאַר וואָס איז די גויע דאָ?‟
אין איין ישיבֿה אין ברוקלין, האָט מען אַפֿילו געבעטן די מאַמע פֿון אַ האַלב־שוואַרץ קינד מער נישט זיך באַווײַזן אינעם שול־בנין, ווײַל עס מאַכט די אַנדערע עלטערן אומבאַקוועם. אַ צווייטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט איין מאָל, בײַם לייגן תּפֿילין מיט אַ מנין, דערהערט ווי איינער זאָגט: „איך וויל נישט דאַווענען מיט אַ שוואַרצן‟.
די אָרטאָדאָקסישע געזעלשאַפֿט איז אַ הערלעכע קהילה, מיט דעם וואָס זי מוטיקט ייִדן צו טאָן חסד, געבן צדקה, לערנען תּורה און זיך תּמיד פֿאַרבעסערן דורך טאָן מיצוות. אין אַזאַ קהילה איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר אַזאַ ראַסיזם.
אַלע ייִדן, וואָס געהערן צו אַ צווייטער ראַסע, קאָנען ווערן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה; זיי קענען געפֿינען אַ שידוך און גיבן די קינדער אַ געראָטענע ישיבֿה־דערציִונג. אָבער כּדי דאָס צו דערגרייכן, דאַרפֿן זיי האָבן אַ פּאָזיטיוון צוגאַנג צום לעבן; זיי דאַרפֿן וויסן ווי צו רעדן איידל מיט מענטשן, און זיי דאַרפֿן, פּראָסט־און־פּשוט, זײַן שטאַרק ווי אײַזן.
אַ שוואַרצער ייִד דאַרף זיך פֿילן זיכער בײַ זיך אַליין, ווען ער גייט אַרײַן אין אַ שיל, נישט וויסנדיק, צי מע וועט אים צורעכענען צום מנין. מע דאַרף וויסן ווי צו זײַן איידל, ווען אַ מענטש פֿרעגט אײַך (ווידער) וועגן אײַער „דרך צו ייִדישקייט‟ אָדער „ווי אַזוי האָסטו זיך אויסגעלערנט לייענען אַזוי גוט לשון־קודש?‟. מע דאַרף זײַן שטאַרק ווי אײַזן, ווען מע גייט אַרײַן אין אַ כּשרן רעסטאָראַן אָדער אַ געוועלב מיט פֿרומע אייגנטימער, וויסנדיק, אַז אַלע אויגן וועלן זײַן אָנגעשטעלט אויף אײַך, ווי נאָר איר טרעט איבער די שוועל — און וועלן נישט אָפּטרעטן פֿון אײַך ביז איר גייט אַוועק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.