פּאַטאָלאָגישע אידענטיפֿיקאַציע פֿון אַמעריקאַנער ייִדן

Pathological Identity of American Jews

Anya Ulinich

פֿון גל בעקערמאַן (Forward)

Published July 22, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַן אַנדער שאלה, וואָס רופֿט אַרויס אַ כוואַליע פֿון אומרויִקייט, זענען די געמישטע חתונות. זאָל מען זיי אָננעמען ווי אַ פֿאַקט פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן, צי באַטראַכטן ווי אַ געפֿערלעכע סכּנה?

ווידער און ווידער טרעף איך אָן אויף נערוועזקייט און אומבאַקוועמקייט. קיינער צווינגט נישט די אַמעריקאַנער צי אייראָפּעיִשע ייִדן אָנצוהאַלטן זייער שײַכות מיטן ייִדישן פֿאָלק, דערפֿאַר זאָרגט מען זיך וועגן אַסימילאַציע און זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע, אָדער מע קאָנסטרויִרט אייגענע חידושדיקע דעפֿיניציעס פֿון שײַכות צו ייִדישקייט. בעת מײַן אַרבעט אינעם Forward, האָבן איך באַמערקט, אַז צוויי מינים פֿראַגעס רופֿן אַרויס אַ באַזונדערס שטאַרקן שטורעם פֿון בייזע קאָמענטאַרן: די ישׂראלדיקע פּאָליטיק און די אָרטאָדאָקסישע קהילות. דער בייזער טאָן האָט ווייניק צו טאָן מיט „זעלבסט־שׂינאה‟ אָדער אינטעגראַציע אין דער ברייטער געזעלשאַפֿט; ס׳איז אַ רעזולטאַט פֿון וואַקלענדיקער און אומקלאָרער זעלבסט־באַשטימונג.

מע קאָן זאָגן, אַז די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט ווערן מער „ייִדישלעך‟. יעדער קאָן הײַנט לערנען קבלה, זיך באַנוצן מיט ייִדישע ווערטלעך און ס׳איז נישט קיין גרויסער חידוש, ווען אַ נישט־ייִדישע אַקטריסע האָט חתונה אונטער דער חופּה. אין דער זעלבער צײַט, ווערט די אייגענע ייִדישע זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע אַלץ מער צעשווענקט. אַ חנוכּה־לאָמפּ, למשל, ווערט מער נישט באַטראַכט ווי אַ קלאָרער סימבאָל פֿון ייִדישקייט, און טרעפֿן זיך הײַנט אין די ערטער, וואָס האָבן נישט קייט שײַכות צו ייִדן. וואָס קאָן דינען הײַנט ווי אַן „אַנקער‟ פֿאַר דער ייִדישער נשמה?

די אַמעריקאַנער צרות מיט ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע זענען טרויעריק, אָבער דער ישׂראלדיקער צוגאַנג שרעקט מיך איבער. עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אומגעזונטע קאָמבינאַציע, ווען די ישׂראלים טראַכטן, אַז זיי זענען „בעסערע ייִדן‟, אָבער פֿאַרגעסן פֿונעם וועלכן־ניט־איז מאָראַלישן אַחריות, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דער פּאָליטיק פֿון זייער לאַנד. וואָס קען איך זאָגן? אַ זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע, אַפֿילו אַ פּאַטאַלאָגישע און אויסגעמישטע מיט נערוועזקייט איז פֿאָרט אַן אופֿן צו באַשטימען אונדזער אָרט אין דער וועלט; און ס׳איז בעסער צו נע־ונדעווען צווישן פֿאַרשיידענע פֿאָרמען פֿון זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע, ווי נישט צו טראַכטן בכלל וועגן דעם. קיין קאָנקרעטע רפֿואה פֿאַר דער דאָזיקער „פּאַטאַלאָגיע‟ קאָן איך אָבער נישט פֿאָרלייגן און איך בין נישט זיכער, צי זי עקזיסטירט בכלל.