לויט אַ נײַעם אויספֿרעג פֿון דעם „פּיו פֿאָרשונגס-צענטער‟ זײַנען 44 פּראָצענט פֿון די ישׂראלדיקע בירגער זייער פֿאַרזאָרגט וועגן דער „איסלאַמישער מדינה‟. אין לבֿנון איז די צאָל — 84%, אין יאָרדאַניע — 62%, און צווישן די פּאַלעסטינער — 54%. אין אַמעריקע זאָגן 68% אויסגעפֿרעגטע, אַז זיי זײַנען מער פֿאַרזאָרגט וועגן דער „איסלאַמישער מדינה‟, ווי וועגן איראַן. 53% פֿון ישׂראלים זײַנען זייער פֿאַרזאָרגט וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, אָבער נאָר 30% פֿון די לבֿנונער, 29% פֿון די יאָרדאַנער און 17% פֿון די פּאַלעסטינער דריקן אויס זייער זאָרג אַרום איראַן. אין אַמעריקע זעען אַ סכּנה אין איראַן 62%, מער ווי אין אַלע אַנדערע מדינות, וווּ מען האָט געמאַכט דעם אויספֿרעג.
עס איז פֿאַרשטענדלעך, אַז ישׂראל האָט מער מורא פֿאַר איראַן, ווי פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟. די אַראַבישע לענדער האָבן אַ לאַנגע געשיכטע פֿון שוואַכע אַרמייען. אויסער דעם, זײַנען די אַראַבער פֿאַרזאָרגט וועגן דער השפּעה פֿון דעם איסלאַמישן עקסטרעמיזם אין זייערע מדינות. אין לבֿנון, למשל, זײַנען 67% זייער פֿאַרזאָרגט וועגן איסלאַמישן עקסטרעמיזם, ווײַל די סוניטן האָבן מורא פֿאַר „כעזבאָלאַ‟, די שיִיִטן האָבן מורא פֿאַר דער „איסלאַמישער מדינה‟, און די קריסטן האָבן מורא פֿאַר אַלעמען.
אין ישׂראל האָט מען אַ שטאַרק מיליטער און געניטע אויסשפּיר-כּוחות, וואָס זײַנען גוט טרענירט זיך קעגנצושטעלן די טעראָריסטן און קעמפֿן קעגן עקסטרעמע אָרגאַניזאַציעס. איראַן אָבער איז אַ ווײַטע מדינה מיט צוויי מיליטערן (די רעגולערע אַרמיי און די רעוואָלוציאָנערישע גוואַרדיע) און האָט אַ גרויסן שטח. כּדי צו זײַן באַשיצט פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟ דאַרף די אַרמיי זי פּשוט נישט אַרײַנלאָזן. אויב איראַן וויל מאַכן שאָדנס, דאַרף זי נאָר באַפֿעלן, אַז „כעזבאָלאַ‟ אָדער „כאַמאַס‟ (אָדער זיי ביידע) זאָל אָנהייבן אויסשיסן ראַקעטן אויף ישׂראל.
וואָס עס זעט אפֿשר אויס מאָדנע איז, אַז די אַמעריקאַנער האָבן אַ סך מוראס. זיי האָבן מורא פֿאַר דער „איסלאַמישע מדינה‟, כאָטש יענע האָט גאָרנישט ניט אויסגעפּועלט בײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס איז טאַקע אמת, אַז איראַן רופֿט אַמעריקע „דעם גרויסן שׂטן‟, אָבער אין תּוך גערעדט, זײַנען איראַנס אַקטיוויטעטן אין אויסלאַנד געווען, דער עיקר, אין מיטל-מזרח. צום בײַשפּיל, איר שטיצן אַסאַדן אין סיריע און פֿון די הוטכי־רעבעלן אין תּימן; אָדער אירע אַטאַקן קעגן די ייִדן אין בוענאָס־אײַרעס. איראַן איז גענוג פּראַגמאַטיש נישט צו אַטאַקירן אַמעריקע סתּם אַזוי.
איך האַלט, אַז די סיבה פֿון אַזאַ אויפֿפֿיר שטעקט אין דעם, וואָס די אַמעריקאַנער האָבן זיך נאָך נישט אויסגעלערנט צו לעבן מיטן געדאַנק, אַז מע קאָן זיי אויך סטראַשען. יעדעס מאָל וואָס אַמעריקע ווערט געסטראַשעט, קריכט זי גלײַך אַרײַן אין אַ מלחמה, נישט וויכטיק, ווי ווײַט זי האָט געוואָלט בלײַבן נייטראַל צו דעם. די מעקסיקאַניש-אַמעריקאַנער מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן צוליב דעם, וואָס דער פּרעזידענט דזשיימס פּאָלק האָט געטענהט, אַז מען האָט געשאָסן אין די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אויף דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע (פֿאַקטיש, איז נישט געווען קלאָר, צו וועמען האָט געהערט דער שטח). די שפּאַניש־אַמעריקאַנער מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן מיט געשרייען, מען זאָל געדענקען די שיף „דער מיין‟. די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן צוליב פּערל-האַוון. די מלחמה אין וויעטנאַם — צוליב דעם גאָלף פֿון טאָנקין, און די מלחמה קעגן טעראָר, צוליב דעם 11טן סעפּטעמבער.
איך האָב באַמערקט דעם אונטערשייד אין דער מענטאַליטעט צווישן ישׂראל און אַמעריקע פֿאַראַיאָרן, בשעת דער מלחמה קעגן „כאַמאַס‟. אין אַמעריקע איז אַ מלחמה אַן אויסנאַם, ווײַל די מדינה איז איזאָלירט. צוליב דעם שטערט דער געדאַנק, אַז מען קאָן ווערן באַדראָט. אין ישׂראל איז פֿאַרקערט — מען איז תּמיד באַדראָט, דעריבער איז מלחמה אַ זאַך, וואָס מען וואַרט עס זאָל אַריבער און מע האָפֿט, אַז אַלע קרובֿים און פֿרײַנד וועלן עס איבערלעבן בשלום.
אַז מע מאַכט אַן אויספֿרעג, טראַכטן נישט די אויסגעפֿרעגטע, וואָס די פֿאָרשערס האָבן געוואָלט מיט זייער אויספֿרעג זיך צו דערוויסן. וויפֿל מאָל האָט די „איסלאַמישע מדינה‟ אָדער איראַן שוין געסטראַשעט כּלערליי מדינות, איז עס נאָך נישט קיין באַווײַז, אַז די מדינות זײַנען טאַקע באַדראָט געווען; פֿון דעסטוועגן, נעמען עס די מדינות אויף מיט גרויס זאָרג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.