ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 22, 2015, issue of August 07, 2015.

„טויט און לוויה‟ אין דער ייִדישער קולטור

עס גייט אָן ווײַטער די אויסשטעלונג, וואָס ס׳האָבן אָרגאַניזירט די צוויי מאָסקווער ייִדישע מוזייען בשותּפֿות — אוסטינאָווס ייִדישער מוזיי און דער נײַער מוזיי, וואָס געהערט דעם חב״ד — „צווישן צוויי וועלטן‟, געווידמעט דער טעמע פֿון „טויט און לוויה‟ אין דער ייִדישער קולטור. די וואָך איז אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אומגעוויינטלעכער רעפֿעראַט, מיטן נאָמען „דער טויט איז אַ צירונג פֿונעם לעבן‟. געהאַלטן דעם רעפֿעראַט האָט אירינאַ גלושקאָוואַ, אַ מיטאַרבעטערין פֿונעם אינסטיטוט פֿון מיזרח־קענטעניש בײַ דער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט, און אַ קענערין פֿון אינדישער געשיכטע. גלושקאָוואַ האָט דערציילט וועגן דער אידעע פֿון מעטעמפּסיכאָז — גילגול־נשמות אין הינדויִזם, וועגן לוויה אין דער אינדויִסטישער טראַדיציע און וועגן דער השפּעה, וואָס די אינדויִסטישע טראַדיציע האָט, אַפּנים, געהאַט אויף יהדות.

לעקציעס וועגן ייִדישער געשיכטע אין נײַעם ייִדישן מוזיי

דער נײַער ייִדישער מוזיי איז אויך ממשיך די סעריע רעפֿעראַטן אין ייִדישער געשיכטע. דעם 20סטן יולי איז פֿאָרגעקומען מאַקסים גאַמאַלס רעפֿעראַט „ייִדן בשעתן זינקען פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע‟. מאַקסים גאַמאַל איז אַ היסטאָריקער און אַ מיטאַרבעטער פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. די רייד איז געגאַנגען וועגן דעם אונטערגאַנג פֿון אַלטע ייִדישע קהילות אין טערקײַ — סאַלאָניקי און סטאַמבול; וועגן דעם אויפֿבלי פֿון נײַע צענטערס, ווי, למשל, איזמיר; וועגן משיחיסטישע באַוועגונגען בײַ ייִדן, בתוכם פֿון שבתי־צבֿי.

„ספֿר‟: צוויי עקספּעדיציעס און איין לערן־פּראָגראַם אין ישׂראל

דער צענטער „ספֿר‟ ווערט אין די זומער־חדשים דאָס הויפּט־אָרט פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלאַנד. די וואָך האָבן זיך אָנגעהויבן 3 פּראָגראַמען פֿון „ספֿר‟ אין אַנדערע לענדער — צוויי עקספּעדיציעס און איין לערן־פּראָגראַם אין ישׂראל, וואָס הייסט „אשנבֿ‟. די באַטייליקטע זענען דאָס מאָל 5 יונגע געלערנטע, וואָס דאַרפֿן פֿאַר זייערע פֿאָרשונגען אַרבעטן אין ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון ישׂראל מיט די בעלי-עצות פֿון די ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן. די פּראָגראַם דויערט אַ חודש. דאָס יאָר באַטייליקט זיך צווישן אַנדערע אויך אַ יונגע פֿאָרשערין פֿון ייִדיש, יעלענאַ לוטשינאַ, וואָס פֿירט דורך אַ לינגוויסטישע פֿאָרשונג פֿון חרדישן ייִדיש אין ישׂראל.

די צוויי עקספּעדיציעס וואָס „ספֿר‟ האָט אָרגאַניזירט, קומען פֿאָר אין רעזעקנע (לאַטגאַליע) און גלובאָקאָיע (ווײַסרוסלאַנד, וויטעבסקער געגנט). זיי שליסן אײַן צוויי ריכטונגען — אַן עטנאָגראַפֿישע (מע שמועסט מיט די געבליבענע ייִדן און, מערסטן, מיט ניט־ייִדן, וואָס געדענקען דאָס ייִדישע לעבן און קענען דערציילן וועגן די ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן אַ מאָל געלעבט) — און אַן עפּיגראַפֿישע (מע קאַטאַלאָגיזירט און מע באַשרײַבט די היגע ייִדישע בית־עלמינס). נאָך די עקספּעדיציעס וועלן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן זאַמלביכער מיט מאַטעריאַלן און אַרטיקלען.

דער 15טער נומער פֿון „תּירוש‟

דער צענטער „ספֿר‟ האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם באַנד, „תּירוש‟. דאָס איז אַ זאַמלונג פֿון אַרטיקלען פֿון יונגע געלערנטע. דאָס רובֿ אַרטיקלען זענען געווידמעט דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע — פֿון דעם 19טן י״ה ביז הײַנט צו טאָג. ס’איז דאָ אויך אַן אָפּטייל, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, מיט אַרטיקלען וועגן איציק מאַנגערס לידער און וועגן דער געשטאַלט פֿון דער שיינער ייִדישער פֿרוי אין דער ייִדישער און פֿראַנצייזישער ליטעראַטור. דאָס איז שוין דער 15טער נומער פֿון „תּירוש‟, וואָס גייט אַרויס יעדעס יאָר אין יולי.

הרבֿ בערל לאַזאַר צו גאַסט בײַ „צווישן אייגענע‟

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. אין דער מאָסקווער חב״ד־קהילה „צווישן אייגענע‟ איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ באַגעגעניש מיטן הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד בערל לאַזאַר. „צווישן אייגענע‟ איז אַ פֿאַרהעלטנישמעסיק נײַע קהילה. זי איז אַנטשטאַנען אין 2008 און איז צוגעפּאַסט געוואָרן ספּעציעל פֿאַר יונגע לײַט, וואָס זענען ווײַט פֿון דער תּורה און די מיצוות. דער וויזיט פֿונעם רבֿ לאַזאַר האָט אויך אַ ציל צו פּאָפּולאַריזירן דאָס יהדות בכלל און חב״ד בפֿרט צווישן די מער־ווייניקער וועלטלעכע ייִדן.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.