(די 2 טע זײַט פֿון 2)
להיפּוך צו סוצקעװער, װאָס האָט זיך אומגעקערט אַהײם, װען דער װילנער קאַנט איז געװאָרן פּױליש, איז אַקסעלראָד פֿאַרבליבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. שױן אָנהײב 1920ער יאָרן האָט ער זיך קונה־שם געװען אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור מיט זײַנע לידער. אָבער די באַציִונג מצד דער סאָװעטישער פּראָלעטאַרישער קריטיק צו אַקסעלראָדס שאַפֿונג איז געװען ניט קײן פּשוטע. מע האָט אים כּסדר באַשולדיקט אין „אינזיכיזם‟ און געפֿאָדערט, ער זאָל זײַן מער אידעאָלאָגיש אַנגאַזשירט. דערבײַ האָט מען אים געשאַצט פֿאַר פּאָעטישער טיפֿקײט און ליריזם. אין די 1930ער יאָרן איז אַקסעלראָדס דיכטערישע שטים טאַקע יאָ געװאָרן מער הױפּטשטראָמיק, און זײַנע לידער האָבן פֿאַרלױרן זײער אײגנאַרטיקן יחידישן קלאַנג.
דאָס יאָר 1915 איז געװען גורלדיק פֿאַר אַ סך ייִדישע ליטעראַטן פֿון ליטע און רײַסן. די מלחמה האָט צעטײלט די אַמאָליקע רוסישע טעריטאָריע, און די ייִדישע ליטעראַטור אױף ביידע זײַטן פֿון דער נײַער סאָװעטיש־פּױלישער גרענעץ איז געגאַנגען אויף פֿאַרשידענע דרכים. די דאָזיקע גרענעץ איז אָפּגעמעקט געװאָרן אין 1939, װען פּױלן איז צעטײלט געװאָרן צװישן סטאַלינס און היטלערס מלוכות. צו יענער צײַט איז אַקסעלראָד פֿאַרבליבן דער אײנציקער צװישן די ערשטראַנגיקע ייִדישע ליטעראַטן אין סאָװעטישן װײַסרוסלאַנד. זײַנע חבֿרים משה קולבאַק, איזי כאַריק, װי אױך זײַנע פּראָלעטאַרישע קריטיקער יאַשע בראָנשטײן און כאַסקל דוניעץ זײַנען אַלע אומגעבראַכט געװאָרן דורך סטאַלינס טעראָר אין 1935-38.
אַקסעלראָד האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט אינעם אַרײַנציִען די ייִדישע ליטעראַטן פֿון די אַמאָליקע פּױלישע שטעט ביאַליסטאָק און װילנע אין דעם סאָװעטישן ליטעראַרישן לעבן. און פֿאַר דעם האָט ער באַצאָלט מיט זײַן לעבן. ער איז אַרעסטירט און דערשאָסן געװאָרן אין 1940 אין דער מינסקער תּפֿיסה, װען די דײַטשישע חיילות זײַנען צוגעקומען צו דער שטאָט.
אָפֿיציעל האָט מען װעגן דעם ניט געטאָרט רעדן אַפֿילו אין די 1960ער יאָרן, װען די סאָװעטישע צענזור האָט שױן װידער דערלאָזט צו דרוקן זײַנע װערק. אָבער רבֿקה רובין האָט געפֿונען פּאַסיקע װערטער, כּדי צו געבן דעם לײענער צו פֿאַרשטײן דעם דיכטערס טראַגישן גורל. אַזוי ווי דער רוסישער פּאָעט פּושקין, איז אַקסעלראָד אומגעקומען אינעם עלטער פֿון 37 יאָר, „אַ מין קלאַסישער עלטער פֿאַר מיט גװאַלד איבערגעריסענע דיכטער־לעבנס‟ — האָט רבֿקה רובין אָנגעשריבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.