די וואָך, האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד באַשלאָסן צו באַגלייטן די ישׂראלדיקע סחורה, וואָס קומט פֿון די ייִשובֿים אויפֿן אָקופּירטן מערבֿ־ברעג, כּדי צו וואָרענען די קונים, אַז די פּראָדוקטן האָבן אַ שײַכות צו דער אָקופּאַציע. דער באַשלוס האָט פֿאַרזאָרגט די ישׂראלדיקע רעגירונג. אַחוץ דעם, האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער פֿאָרגעלייגט אָנצונעמען אַ ריי אַנדערע מאָסמיטלען קעגן ישׂראל.
מיטוואָך, דעם 22סטן יולי, האָט דער „אייראָפּעיִשער ראַט פֿאַר אויסערן־באַציִונגען‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דאָקומענט, וואָס וואָרנט, אַז די האַנדל־באַציִונגען מיט ישׂראל קומען אין סתּירה מיט די אייראָפּעיִשע געזעצן, לויט וועלכע מע טאָר נישט שטיצן די ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין מיזרח־ירושלים. צווישן אַנדערע מאָסמיטלען, האָבן די מחברים פֿונעם דאָקומענט פֿאָרגעלייגט צו באַגרענעצן די באַציִונגען מיט די ישׂראלדיקע בענק און אַנדערע פֿינאַנציעלע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך אָפּצושאַפֿן דעם אָנשטײַערדיקן סטאַטוס פֿון נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿירן געשעפֿטן מיט די ייִשובֿים.
די ספּעציעלע צייכנס אויף געוויסע פּראָדוקטן וועלן נישט גורם זײַן אַ ממשותדיקן קלאַפּ אויף דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. אַ ריי גרויסע ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס, וואָס שטיצן די טעטיקייט פֿון פֿאַרשיידענע פֿירמעס און יחידים אין די ייִשובֿים, פֿירן אָבער טאָג־טעגלעכע געשעפֿטן מיט די אייראָפּעיִשע בענק און קאָנען לײַדן פֿון ערסנטע פֿינאַציעלע צרות, אויב מע וועט פֿאַרווערן אָדער באַגרענעצן די דאָזיקע עסקים.
די מחברים פֿונעם דאָקומענט האָבן אויך אַרויסגעזאָגט ספֿקות וועגן דעם סטאַטוס פֿון אַקאַדעמישע, מעדיצינישע און אַנדערע ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס, וואָס געפֿינען זיך אויפֿן מערבֿ־ברעג, ווײַל דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אָנערקענט נישט דעם ישׂראלדיקן קאָנטראָל איבער דער דאָזיקער טעריטאָריע.
די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט קריטיקירט דעם פֿאָרלייג ווי אַ פֿאָרעם פֿון דיסקרימינאַציע און האָט עס פֿאַרגליכן מיט דער אַנטי־ישׂראלדיקער בויקאָט־באַוועגונג. מאַטיאַ טאָאַלדאָ, איינער פֿון די מחברים פֿונעם דאָקומענט, האָט אָבער באַטאָנט, אַז די פֿאָרגעלייגטע מאָסמיטלען האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט די אַלגעמיינע בויקאָטן קעגן ישׂראל, און שטעלן דעם ציל צו באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, כּדי צו לייזן דעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.