אַ גרופּע וועלאָסיפּעדיסטן, טראָגנדיק אַן אָלימפּישן פֿאַקל, האָט דורכגעמאַכט אויף זייערע ביציקלען דעם גאַנצן וועג פֿון ישׂראל ביזן צענטער פֿון אייראָפּע. די קומענדיקע וואָך, וועלן די 11 ספּאָרטלער זיך באַווײַזן אינעם באַרימטן בערלינער אַמפֿיטעאַטער „וואַלדבינע‟, ווי אַ טייל פֿון די 14טע אייראָפּעיִשע „מכּבי‟־שפּילן, וועלכע ווערן צום ערשטן מאָל דורכגעפֿירט אין דײַטשלאַנד.
דער אַמפֿיטעאַטער איז אויסגעבויט געוואָרן דורך די נאַציס צוליב דעם אָלימפּישן פֿאַרמעסט, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט אינעם יאָר 1936. די אַנדערע פֿאַרמעסטן פֿון דער הײַנטיקער „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע וועט פֿאָרקומען אויפֿן בערלינער „אָלימפּישן סטאַדיאָן‟, וווּ היטלער איז געזעסן אינעם פּרעזידיום און אויפֿגעטראָטן אינעם זעלבן יאָר מיט אַן עפֿענונג־רעדע. די הײַנטיקע ספּאָרטלער פֿאָלגן דעם מוסטער פֿון די וועלאָסיפּעדיסטן, וועלכע זענען דורכגעפֿאָרן אַרום אייראָפּע מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, אין די 1930ער, כּדי צו רעקלאַמירן די „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע אין מאַנדאַט־פּאַלעסטינע.
בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע, דעם 28סטן יולי, וועט אויפֿטרעטן דער דײַטשישער פּרעזידענט, יאָאַכים גאַוק. דער באַקאַנטער ייִדישער זינגער מתּתיהו, „דנה אינטערנעשענעל‟ און אַנדערע ייִדישע מוזיקאַנטן וועלן באַגריסן די צוקוקער מיט אַ קאָנצערט. אין שײַכות מיט דער 10־טאָגיקער אָלימפּיאַדע וועט אין בערלין דורכגעפֿירט ווערט אַ „לימוד‟־קאָנפֿערענץ און אַ צאָל אַנדערע אונטערנעמונגען.
אין 19 מינים ספּאָרט־פֿאַרמעסטן וועלן זיך באַטייליקן 2,300 ייִדישע אַטלעטן פֿון 36 לענדער. דער דײַטשישער „צענטראַלער ייִדישער ראַט‟ האָט אָרגאַניזירט די טראַנספּאָרטאַציע פֿון די צוקוקער, וואָס פֿאָרן צוזאַמען פֿון גאַנץ דײַטשלאַנד. דער צוטריט צו אַלע אונטערנעמונגען וועט זײַן אָפֿן און אומזיסט, שטרענג באַוואַכט דורך די זיכערהייט־כּוחות. דעם 31סטן יולי, קלײַבן זיך די באַטייליקטע צו מאַכן אַ ריזיקן קידוש, וועלכער וועט, ווי זיי האָפֿן, אַרײַנגעשריבן ווערן אינעם „גינעס־בוך‟ פֿון וועלט־רעקאָרדן.
די געשיכטע פֿון די „מכּבי־פֿאַרמעסטן‟ האָט זיך אָנגעהויבן אין טערקײַ, וווּ די ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגענעם גימנאַסטישן קלוב אינעם יאָר 1895, ווײַל די אָרטיקע ספּאָרט־קלובן האָבן נישט געוואָלט זיי אַרײַנלאָזן. נאָכן טערקישן מוסטער, זענען אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס אויפֿגעקומען אַרום דער וועלט. די ערשטע אייראָפּעיִשע „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1929 אין פּראָג, און מיט אַ יאָר שפּעטער — אין אַנטווערפּן. ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד, האָבן זיי פֿאַרווערט די טעטיקייט פֿון ייִדישע ספּאָרט־אַסאָציאַציעס; ערשט מיט 50 יאָר צוריק האָט זיך געעפֿנט אויף ס׳נײַ דער דײַטשישער „מכּבי־קלוב‟.
אַלון מאיר, דער ראָש פֿונעם דײַטשישן קלוב „מכּבי‟, אַ 41־יאָריקער געשעפֿטסמאַן פֿון פֿראַנקפֿורט, האָט איבערגעגעבן, אַז צוערשט, האָבן אַ סך מענטשן נישט געגלייבט, אַז עס וועט זיך אײַנגעבן צו אָרגאַניזירן אַזאַ אונטערנעמונג אינעם לאַנד, וואָס רופֿט אַרויס פֿינצטערע אַסאָציאַציעס מיטן ייִדישן חורבן. מאירס טאַטע איז אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין פּאַלעסטינע. למעשׂה, וועט די קומענדיקע וואָך פֿאָרקומען די גרעסטע ייִדישע מאַסן־אונטערנעמונג אין דער אייראָפּעיִשער געשיכטע. מאיר האָט דווקא געוואָלט דורכפֿירן די הײַנטיקע פֿאַרמעסטן אויפֿן „אָלימפּישן סטאַדיאָן‟, וווּ אינעם יאָר 1936 האָבן די נאַציס פֿאַרווערט די ייִדישע ספּאָרטלער צו באַטייליקן זיך אין דער וועלט־אָלימפּיאַדע.
מאיר האָט דערקלערט, אַז די הײַנטיקע אָלימפּיאַדע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ דאַנק דער גרויסער צאָל ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס זענען אָנגעקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און וווינען הײַנט אין דײַטשלאַנד. בלויז עטלעכע טויזנט אָרטיקע ייִדן זענען געבליבן נאָך דער מלחמה אינעם לאַנד, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט אַמאָל באַטראָפֿן אַ האַלב מיליאָן נפֿשות. צוליב די אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט זי אָבער הײַנט ווידער דערגרייכט אַ נישקשהדיקן ניוואָ — בערך 240 טויזנט. ממילא, זענען די אָרטיקע ייִדישע ספּאָרט־קלובן זיך אויך צעוואַקסן.
דזשעד מרגלית, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון די „מכּבי־קלובן‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט באַמערקט, אַז מיט יאָרן צוריק וואָלט ער בשום־אופֿן נישט באַזוכט דײַטשלאַנד און וואָלט אַפֿילו נישט געקויפֿט קיין דײַטשישן פּראָדוקט. איצט פֿליט ער אָבער פֿון פֿילאַדעלפֿיע, כּדי צו באַגריסן די 300 אַמעריקאַנער אַטלעטן פֿון 15 ביז 85 יאָר, וועלכע וועלן אויפֿטרעטן אין אַ לאַנד, וווּ עס בליט אַן אַקטיווע וואַקסנדיקע ייִדישע קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.