צי וועלן די רעפֿאָרמער אויסנעמען אין ישׂראל?

Future For Reform Judaism in Israel?

גלעד קריבֿ, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער „באַוועגונג פֿאַר רעפֿאָרמער און פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟
Naomo Zeveloff
גלעד קריבֿ, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער „באַוועגונג פֿאַר רעפֿאָרמער און פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟

פֿון נעמי זעוועלאָף (Forward)

Published July 24, 2015, issue of August 21, 2015.

נועה סתּת, אַ געבוירענע אין ירושלים, האָט צום ערשטן מאָל פֿאַרחידושט איר משפּחה, אַז זי איז אַ לעסביאַנקע, און צום צווייטן — ווען זי איז געוואָרן אַ רעפֿאָרמער ראַבינערטע. די ערשטע בשׂורה האָט בײַ אירע טאַטע־מאַמע נישט אַרויסגערופֿן אַזאַ זאָרג, ווי די צווייטע. זײַענדיק וועלטלעכע ישׂראלים, האָבן זיי נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס זייער טאָכטער זאָל זיך בכלל אינטערעסירן מיט רעליגיע.

ס׳איז שווער אָפּצושאַצן, וויפֿל רעפֿאָרמער ייִדן וווינען אין ישׂראל. לויט פֿאַרשיידענע חשבונות באַקומט זיך, אַז זיי באַטרעפֿן ווייניקער ווי 3 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. דאָס אָפֿיציעלע אָרטאָדאָקסישע רבנות באַטראַכט זיי ווי אַ מאַרגינאַלן יוצא־דופֿן; די רעפֿאָרמער חתונות און גרים ווערן נישט אָנערקענט. אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס, וואָס קריגן כּסדר סובסידיעס פֿון דער רעגירונג, מוזן די רעפֿאָרמער קהילות זיך באַגיין אַליין, אָדער זוכן אַמעריקאַנער שטיצער.

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די רעפֿאָרמער זענען די גרעסטע ייִדישע דענאָמינאַציע, איז די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט פּאָלאַריזירט. אָדער מע איז טראַדיציאָנעל פֿרום, אָדער מע האָט פֿײַנט רעליגיע בכלל. נישט לאַנג צוריק האָט דוד אַזולאי, דער מיניסטער פֿון רעליגיעזע ענינים, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פֿרומער פּאַרטיי „ש״ס‟, געמאָלדן אויף דעם ישׂראלדיקן ראַדיאָ, אַז די רעפֿאָרמיסטן זענען נישט קיין אמתע ייִדן. דער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט אין גיכן נאָך דער דאָזיקער אַרויסזאָגונג איבערגעגעבן, אַז ער האָט אָפּגעשמועסט מיט אַזולאי און קריטיקירט זײַנע ווערטער. ס׳איז קלאָר, אַז נתניהו האָט מורא געהאַט, אַז אַזעלכע אַרויסזאָגונגען קאָנען אָפּפֿרעמדן די אַמעריקאַנער שטיצער פֿון ישׂראל.

לכתּחילה, האָבן די אַמעריקאַנער רעפֿאָרמער ייִדן נישט געשטיצט ציוניזם און באַטאָנט, אַז ייִדן זענען אַ רעליגיעזע גרופּע, נישט אַ נאַציע, און אַז זייער היימלאַנד איז אַמעריקע. אַפֿילו ווען די פּראָ־ישׂראלדיקע שטימונגען האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין דער ליבעראַלער דענאָמינאַציע, האָבן זיי אָנגעהויבן עקספּאָרטירן זייער שיטה קיין ישׂראל ערשט אין די 1970ער יאָרן, ווען צווישן די צפֿון־אַמעריקאַנער עולים איז אַהין אָנגעקומען אַ ממשותדיקע צאָל רעפֿאָרמיסטן. הײַנט זענען אינעם לאַנד פֿאַראַן בערך 50 רעפֿאָרמער סינאַגאָגעס און 120 ראַבינער, וואָס באַקומען מיליאָנען דאָלאַרן פֿון אַמעריקע. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אײַנגעבוירענע ישׂראלים, וועלכע האָבן זיך געלערנט אינעם אַמעריקאַנער „העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש‟.

אינעם יאָר 2002, נאָך אַן 8־יאָריקן מישפּט, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג מסכּים געווען צו באַצאָלן די שׂכירות פֿון 4 רעפֿאָרמער ראַבינער. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט די באַוועגונג אַ רעלאַטיוו נײַער פֿענאָמען אינעם לאַנד. גלעד קריבֿ, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער „באַוועגונג פֿאַר רעפֿאָרמער און פּראָגרעסיווער ייִדישקייט‟, גלייבט אָבער, אַז ביסלעכווײַז וואַקסט אין ישׂראל אַן אייגענע אויטענטישע רעפֿאָרמער קהילה.

קריבֿ האָט דערציילט, אַז הגם אַ סך ישׂראלים אַסאָציִיִרן נאָך אַלץ רעפֿאָרמיזם מיט אַמעריקע, באַשטייט דער ישׂראלדיקער רעפֿאָרמיסטישער ציבור בערך אויף אַ פֿערטל פֿון די אָרטיקע מיזרחדיקע ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון אַפֿריקע און אַזיע. בערך 13 פּראָצענט זענען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט די אָרטיקע באַוועגונג פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַזוי צי אַזוי, האָט קריבֿ באַמערקט, אַז דאָס וואָרט „רפֿורמית‟ („רעפֿאָרמער‟) רופֿט מער נישט אַרויס אַזעלכע נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס מיט אַן אויסלענדישער פֿרעמדער השפּעה, ווי פֿריִער, צווישן דעם וועלטלעכן ישׂראלדיקן ציבור.