איך פֿאַרענדיק איצט אַן אַרטיקל אויף ענגליש וועגן דעם, ווי אַזוי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך געביטן אינעם מיט־20סטן יאָרהונדערט, בפֿרט אין זײַן באַציִונג צו רעליגיע. אַרום דעם זײַנען, אַגבֿ, אויפֿגעבויט מײַנע „מעשׂיות‟, דערציילט פֿאַרן „ווידעאָ־קאַנאַל‟:
//blogs.yiddish.forward.com/treasures-from-the-forverts-archive/188941/chapter-8-socialism-and-religion-1/? און //blogs.yiddish.forward.com/treasures-from-the-forverts-archive/189295/chapter-8-socialism-and-religion-2/?.
דאָרטן דערמאָן איך דעם זשורנאַליסט חיים ליבערמאַן, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט אין דער צײַטונג און האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין איר געשיכטע. אַ פּועלי־ציוניסט און אַ פּיאָנער פֿון וועלטלעכער ייִדישער בילדונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז ער שפּעטער געוואָרן פֿרום און געשריבן אַ סך אויף רעליגיעזע טעמעס.
ליבערמאַנס קאָלעגע, דוד שוב, האָט אים באַשריבן אין זײַן בוך „פֿון די אַמאָליקע יאָרן‟ אַזוי: „רעליגיעז איז ער געוואָרן, גלייב איך, נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן איינציקן זון, וועלכער איז געווען אַ סטודענט אין וויסקאָנסין־אוניווערסיטעט‟. ליבערמאַן האָט דערציילט שובן, אַז „ער לערנט גמרא בײַ אַ קצבֿ, וועלכער איז אַ גרויסער למדן. דערנאָך האָב איך געהערט פֿון אַנדערע קאָלעגן, אַז ליבערמאַן איז טאַקע געוואָרן פֿרום. איין מאָל, ווען איך בין געזעסן מיט אים אין קאַפֿע און עס איז געקומען צו רייד וועגן ייִדישקייט און פֿרומקייט, האָב איך אים געזאָגט:
— איך פֿאַרשטיי, אַז אויך אַ געבילדעטער, מאָדערנער מענטש קען זײַן רעליגיעז. אָבער איר וועט דאָך מיך ניט אײַנרעדן, אַז איר גלייבט טאַקע אין שולחן־ערוך־ייִדישקייט?
— די גמרא זאָגט, — האָט ליבערמאַן מיר געענטפֿערט, — אַז ווען איינער וויל גלייבן, איז עס אַזוי גוט ווי ער גלייבט.‟
איך האָב ווידער אויסגעזוכט אָט דעם אויסצוג פֿון שובס זכרונות נאָך אַ שמועס, וואָס איך האָב די טעג געהאַט מיט אַ קרובֿ מײַנעם. אין דער אמתן, איז עס געווען מער אַ מאָנאָלאָג איידער אַ שמועס. דער קרובֿ מײַנער איז שוין כּמעט אַ בן־שמונים, און די לעצטע פֿינף־און־צוואַנציק יאָר וווינט ער אין ישׂראל. געקומען איז ער אַהין פֿון אוקראַיִנע, ניט קענענדיק קיין העברעיִש, אַפֿילו די אותיות זײַנען אים געווען ווילד־פֿרעמד, כאָטש אַ גערעדטן ייִדיש פֿאַרשטייט ער זייער גוט. אַ פֿיזיקער, אַ פּראָפֿעסאָר אין דער „אַלטער היים‟, האָט ער אויסגעלערנט די שפּראַך און יאָרנלאַנג געאַרבעט אין ישׂראל ווי אַ לערער און דערנאָך אַן אוניווערסיטעט־לעקטאָר. ביזן הײַנטיקן טאָג לערנט ער פּריוואַט מיט יונגע לײַט, גרייט זיי צו עקזאַמענס. דערצו איז ער אַ פֿעיִקער שאָך־שפּילער, און דאָס וואַרפֿט ער אויך ניט אַוועק.
הקיצור, ער האָט זיך לחלוטין ניט פֿאַרלוירן אין דער נײַער סבֿיבֿה. און זײַנע קינדער שטייען אויך פֿעסט אויף די פֿיס. אָבער פּלוצעם גיט ער מיר אַ זאָג:
— דו ווייסט, איך האָב איצט חרטה, אַז די עלטערן און, בכלל, די גאַנצע סאָוועטישע געזעלשאַפֿט האָט מיך אויסגעהאָדעוועט ווי אַ וועלטלעכן מענטש. כ’בין מקנא די פֿרומע. זיי האָבן אַ גײַסטיקן דאַך איבער זייער קאָפּ. איך מיין ניט די לײַט, וועלכע טוען ריטועלע זאַכן, אָבער אין דער אמתן זײַנען ניט קיין גלייביקע. איך מיין טאַקע די וואָס גלייבן. איך וואָלט עס אויך געוואָלט. איצט איז שוין שפּעט, איך קען זיך ניט איבערמאַכן. אָבער איך פֿיל, אַז מיט אַ יאָר דרײַסיק צוריק וואָלט זיך עס בײַ מיר באַקומען, ווען איך וואָלט דעמאָלט אָנגעהויבן לייענען די נייטיקע ביכער און רעדן מיט די נייטיקע מענטשן. איך האָב ניט מורא צו שטאַרבן. איך אײַל זיך אַוועקצוגיין, אָבער ניט אין דעם גייט עס. כ’וואָלט געוואָלט גלייבן אין באַשערטקייט. אַז מיר איז באַשערט צו דערגרייכט דאָס, וואָס איך האָב געהאַט דערגרייכט. מחמת אָן אַזאַ גלייבן דרייען זיך בײַ מיר אין קאָפּ פֿאַרשיידענע מחשבֿות, וועלכע לאָזן מיך ניט צו רו. קודם־כּל, בויערט מיר דעם מוח די מחשבֿה, אַז איך האָב געקענט דערגרייכן אַ סך מער אין וויסנשאַפֿט און אין אַנדערע זאַכן. און ווי אַ גלייביקער וואָלט איך עס, אַ פּנים, אויפֿגענומען אַנדערש, אַז אַזוי איז מיר באַשערט — און שוין.
אָט אַזאַ מאָנאָלאָג האָב איך אויסגעהערט און אַ טראַכט געטאָן, אַז צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן איז מיר אויסגעקומען צו באַקענען זיך מיט דעם געדאַנקען־גאַנג, וואָס פֿירט צום ווערן אַ בעל־תּשובֿה. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז ניט די איינציקע סיבה, וואָס קען פֿאַרוואַנדלען אַ וועלטלעכן מענטשן אין אַ פֿרומען. דאָך, האָט עס אויף מיר סײַ־ווי־סײַ געמאַכט אַן אײַנדרוק. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז איך אַליין וועל זיך איבערמאַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.