נאַנאַ שריִער, די בעל־הביתטע פֿונעם גרוזינישן רעסטאָראַן „נאַנאָטשקאַ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט פֿאַרחידושט דעם ישׂראלדיקן עולם, ווען זי האָט אַוועקגענומען אַלע פֿליישיקע פּראָדוקטן פֿונעם מעניו. הײַנט, מיט אַ יאָר שפּעטער, בלײַבט איר געשעפֿט גאַנץ פּאָפּולער, נישט געקוקט אויף די פּעסימיסטישע פּראָגנאָזן פֿון די קריטיקער.
תּל־אָבֿיבֿ, דער פֿינאַנציעלער צענטער פֿונעם לאַנד, איז אויך באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ אַלץ מער רעסטאָראַנען לייגן פֿאָר וועגאַנער מאכלים. 400 שפּײַז־אונטערנעמונגען אין דער שטאָט ווערן באַצייכנט ווי פּראָ־וועגאַנישע. דווקא אין תּל-אָבֿיבֿ האָט אַן אָרטיקער צווײַג פֿון „דאָמינאָס פּיצע‟, אַ גלאָבאַלע נעץ פֿון פּיצערײַען, צום ערשטן מאָל אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אינגאַנצן פּאַרעווע ריין־וועגאַנער פּיצעס אָן קיין מילכיקע אינגרעדיעטן און וועלכע־ניט־איז אַנדערע פּראָדוקטן מיט אַ שײַכות צו בעלי־חיים. עידו פֿרידמאַן, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון מאַרקעטינג בײַ „דאָמינאָס ישׂראל‟ האָט באַמערקט, אַז די וועגאַנער מאכלים זענען פּאָפּולער אינעם לאַנד און ציִען כּסדר צו אַ געטרײַען קרײַז פֿון קונים. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט זײַן פֿירמע פֿאַרקויפֿט מער ווי אַ האַלב מיליאָן וועגאַנישע פּיצעס.
די וועגאַנער, אַזוי ווי די וועגעטאַריאַנער, עסן נישט קיין פֿלייש. אַחוץ דעם, מײַדן זיי אויס אַזעלכע פּראָדוקטן, ווי אייער, מילך און האָניק. לויטן חשבון פֿון דער וועבזײַט „דיילי מיל‟, זענען אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַראַן מער וועגאַנישע שפּײַז־אונטערנעמונגען, ווי אין בערלין, ניו־יאָרק אָדער טשענײַ, אינדיע. די וועבזײַט לויבט דעם וועגאַנער פֿאַלאַפֿעל, וואָס מע קאָן קויפֿן אין אַ סך תּל־אָבֿיבֿער גאַס־קיאָסקן, און גיט איבער, אַז „נאַנאָטשקאַ‟ איז אַ חידושדיק אָרט, וווּ טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע פֿליישיקע מאכלים זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פּאַרעווע עקוויוואַלענטן.
דער צווייטער קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע האָט איבערגעגעבן, אַז 5 פּראָצענט תּושבֿים פֿונעם לאַנד האַלטן זיך פֿאַר וועגאַנער און 8 פּראָצענט — פֿאַר וועגעטאַריאַנער. אַחוץ דעם, האָבן 13 פּראָצענט ישׂראלים געזאָגט, אַז זיי נעמען איינע פֿון די צווייטע דיעטעס אין אַן ערנסטן באַטראַכט. די שטײַגנדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון וועגאַניזם איז פֿאַרבונדן מיט די זאָרגן וועגן נישט־געזונטע פּראָדוקטן און דער טעטיקייט פֿון די אַקטיוויסטן, וואָס פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון די בעלי־חיים.
אַפֿילו אויף די ישׂראלדיקע מיליטערישע באַזעס האָט מען לעצטנס אָנגעהויבן באַזאָרגן די וועגאַנער סאָלדאַטן מיט די פּאַסיקע מאכלים, ווי אויך אוניפֿאָרמען אָן קיין לעדער און וואָל. אינעם יאָר 2010, האָט די אַלגעמיינע צאָל וועגאַנער און וועגעטאַריאַנער אין ישׂראל באַטראָפֿן בלויז 2.6 פּראָצענט. דאָס איז אָבער אויך געווען מער, ווי 2 פּראָצענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד, אָדער 1 פּראָצענט אין דײַטשלאַנד.
שריִער איז געבוירן געוואָרן אין גרוזיע, וווּ ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן דעם טראַדיציאָנעלן טיש אָן קיין פֿעטע פֿליישיקע נאַשערײַען. ווען זי האָט באַשלאָסן צו „וועגאַניזירן‟ איר רעסטאָראַן, האָבן אירע מיטאַרבעטער, חשבון־פֿירער, אַדוואָקאַט און אַפֿילו איר פּסיכאָלאָג געוואָרנט, אַז אַזאַ פּראָיעקט וועט זיכער דורכפֿאַלן. למעשׂה, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז הײַנט ציט „נאַנאָטשקאַ‟ צו נאָך מער קליענטן, ווי פֿריִער. אַנשטאָט פֿלייש, שטאָפּט זי די טראַדיציאָנעלע גרוזינישע מאכלים אָן מיט שוועמלעך און סויע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.