מיטוואָך, דעם 22סטן יולי, האָבן טויזנטער דעמאָנסטראַנטן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם ניו־יאָרקער טײַמס־סקווער, כּדי אַרויסצוּווײַזן זייער פּראָטעסט קעגן דעם אַנומלטיקן אָפּמאַך צווישן איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות. טשאָק שומער, דער דעמאָקראַטישער סענאַטאָר פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, איז בעת דעם פּראָטעסט בכלל נישט געווען אין דער שטאָט. די דעמאָנסטראַנטן, אויפֿגעבראַכט אויף דער ראָלע פֿון די דעמאָקראַטן אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער איראַנישער רעגירונג, האָבן אָבער געפֿאָדערט בײַ שומערן איבערצוצײַגן דעם קאָנגרעס נישט אָנצונעמען דעם אָפּמאַך, וועלכער איז געשלאָסן געוואָרן דעם 14טן יולי.
זײַענדיק דער העכסט־ראַנגיקער ייִדישער סענאַטאָר, געפֿינט זיך דער 64־יאָריקער שומער אין אַ שווערער סיטואַציע. פֿון איין זײַט, דאַרף ער בלײַבן לאָיאַל צו זײַן פּאַרטיי. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אַ סך ייִדן אומצופֿרידן מיטן איראַנישן הסכּם. אינעם קומענדיקן יאָר, קלײַבט זיך דער איצטיקער ראָש פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, סענאַטאָר האַרי ריד פֿון נעוואַדע, אַוועקצוגיין פֿון זײַן פּאָסטן, און שומער האָפֿט צו פֿאַרנעמען זײַן אײַנפֿלוסרײַך אָרט.
אין דער דעמאָנסטראַציע האָבן זיך באַטייליקט דזשאָרדזש פּאַטאַקי, דער געוועזענער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר און אַן איצטיקער פּרעזידענט־קאַנדידאַט; אַלאַן דערשאָוויץ, דער פּראָ־ישׂראלדיקער יוריספּרודענץ־פּראָפֿעסאָר פֿון האַרוואַרד; און דזשיימס וווּלזי, אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿון דער צענטראַלער אויסשפּיר־אַגענטור, „סי־אײַ־איי‟. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער „ייִדישער קאָאַליציע פֿאַרן גיכן ענטפֿער‟, בשותּפֿות מיט מער ווי 100 אַנדערע ייִדישע און פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט דעם „צענטער פֿון שמעון וויזענטאַל‟, „קריסטן פֿאַראייניקט פֿאַר ישׂראל‟ און דער „ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟.
איינער פֿון די דעמאָנסטראַנטן, דער 22־יאָריקער בנימין גאָלדמאַן, האָט באַמערקט, אַז דער פּראָטעסט וועט, מסתּמא, נישט ברענגען צו קיין ממשותדיקן רעזולטאַט. אויב אַפֿילו דער קאָנגרעס וועט אין צוויי חדשים אַרום אָפּוואַרפֿן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, וועט אָבאַמאַ סײַ־ווי־סײַ אויסנוצן זײַן וועטאָ־רעכט און צווינגען עס אָנצונעמען. גאָלדמאַן האָפֿט, אַז שומער וועט שאַפֿן אַ גענוג־גרויסע אַנטי־איראַנישע קאָאַליציע; כּדי מבֿטל צו זײַן אָבאַמאַס וועטאָ, דאַרפֿן אָבער צוויי דריטל פֿאָרשטייער אין ביידע טיילן פֿונעם קאָנגרעס אָפּצושטימען קעגן. דערשאָוויץ האָט באַמערקט, אַז כּדי צו שאַפֿן אַ שטאַרקע אָפּאָזיציע קעגן דעם אָפּמאַך, מוזן די דעמאַָקראַטן און רעפּובליקאַנער זיך פֿאַראייניקן אין זייער קעגנערשאַפֿט צו אָבאַמאַס פּלאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.