דעם 11טן יולי האָט זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון תּפֿיסה דער סאַמע מעכטיקסטער און געפֿערלעכסטער „נאַרקאָטראַפֿיקער‟ אויף דער וועלט, דער פֿירער פֿון דעם מעקסיקאַנער „סינאַלאָאַ‟־קאַרטעל, כאָאַקין אַרטשיוואַלדאָ גוזמאַן לאָעראַ. באַקאַנט ווי „על טשאַפּאָ‟ (דער נידעריקער), איז ער שוין איין מאָל פֿריִער אַנטלאָפֿן פֿון תּפֿיסה, אין 2001, און עס האָט געדויערט גאַנצע דרײַצן יאָר, ביז 2014, ביז די מעקסיקאַנער פּאָליציי האָט אײַנגעגעבן אים ווידער צו כאַפּן. איצט ווייסט איין גאָט, צי זיי וועלן עס באַווײַזן אַ דריט מאָל.
דאָס אַנטלויפֿן פֿון איינעם פֿון די גרעסטע פֿאַרברעכער אויף דער וועלט קען גוט סימבאָליזירן דעם שווערן מצבֿ פֿון דער ברייטער מלחמה קעגן די נאַרקאָטיק־קאַרטעלן, וואָס גייט אָן זינט 2006 מיט דער באַטייליקונג פֿונעם מעקסיקאַנער מיליטער. אין דער דאָזיקער מלחמה זײַנען דערווײַל אומגעקומען אַן ערך 120,000 מעקסיקאַנער, און נאָך אַ 27,000 זײַנען „פֿאַרשוווּנדן געוואָרן‟. דאָס איז מער ווי צוויי מאָל אַזוי פֿיל קרבנות ווי עס זײַנען געפֿאַלן אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין דער וויעטנאַם־מלחמה.
„על טשאַפּאָ‟ איז געזעסן אין אַ הויכזיכערהייט־תּפֿיסה, און ער איז אַרויס פֿון זײַן קעמערל דורך אַ טונעל אונטער דער ערד, וואָס האָט אים געפֿירט צו אַ צווייטן טונעל, כּמעט אַ מײַל לאַנג, און אַ ספּעציעלן מאָטאָציקל, וואָס האָט אים דערמעגלעכט גיך צו אַנטלויפֿן. דער סינאַלאָאַ־קאַרטעל פֿאַרמאָגט אין זײַן „פּערסאָנאַל‟ געניטע מינע־אינזשענירן, וואָס האָבן אַ סך דערפֿאַרונג אין אויסגראָבן אַזעלכע טונעלן. מע רעכנט, אַז די אַרבעט האָט געדויערט אַן ערך אַ יאָר און געקאָסט אפֿשר פֿופֿציק מיליאָן דאָלאַר. עס קען ניט געמאָלט זײַן, אַז זיי האָבן געבויט אַזאַ סטרוקטור אונטער דער ערד אָן דער שטילער הילף פֿון די אינעווייניקסטע מענטשן, תּפֿיסה־וועכטער און רעגירונגס־לײַט. דאָס „אונטערשמירן‟ אַליין האָט מסתּמא געקאָסט צענדליקער מיליאָנען דאָלאַרן.
ווער עס וויל קריגן עפּעס אַ באַגריף פֿון דעם, וואָס קומט פֿאָר איצט אין מעקסיקע, קען זען דעם אויסגעצייכנטן נײַעם פֿילם „קאַרטעל-לאַנד‟, אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם קאַמף קעגן די קאַרטעלן אין דער פּראָווינץ מיטשואָקאַן. דאָרט פּראָדוצירט מען אַ סך גרינע לימענעס און אויך אַ סך „מעט‟, אַ נאַרקאָטיק, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער, ווײַל ס׳איז אַ סך ביליקער ווי קאָקאַיִן און העראָיִן. דער יונגער פֿילם־מאַכער מעטיו הײַנעמאַן האָט גערעדט פּנים־אל־פּנים מיט די נאַרקאָטיק־פֿאַבריקאַנטן און פֿילמירט הונדערטער שעהען מיט מענטשן פֿון דער מעקסיקאַנער „זעלבשוץ‟־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעקומען ספּאָנטאַן אין 2012־2013, נאָך דעם ווי דער באַפֿעלקערונג זענען נימאס געוואָרן די שטענדיקע הריגות, די קאָרופּציע און די געהיימע צוזאַמענאַרבעט פֿון דער רעגירונג מיט די קאַרטעלן. האָבן זיי געשאַפֿן אייגענע אומאָפֿיציעלע זעלבשוץ־מיליצן (autodefensas אויף שפּאַניש) און אַרויסגעטריבן די קאַרטעלן פֿון אַ נישקשהדיקער טעריטאָריע.
דאָס אַכזריות פֿון די קאַרטעלן איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן. כּמעט יעדער מענטש, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט די זעלבשוץ־מיליצן, האָט פֿרײַנד און קרובֿים, וואָס די קאַרטעלן האָבן זיי אומגעבראַכט, זייער אָפֿט צוליב נישטיקע סיבות און אויף אַ ברוטאַלן אופֿן. די קאַרטעלן זײַנען אויך טעטיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל מיר זײַנען דאָך דער גרעסטער מאַרק פֿאַר נאַרקאָטיק, און כּמעט דאָס גאַנצע געלט קומט פֿון אונדז. אויף דעם אופֿן שטיצן מיר מיט אונדזערע דאָלאַרן די רציחות און מערדערײַען, וואָס קומען פֿאָר אין דרום. אָבער גלײַכצײַטיק ווילן די קאַרטעלן ניט צו פֿיל שטערן די „ביזנעס‟ מיט מאָרדן און געוואַלד־מעשׂים אויף אונדזער טעריטאָריע, און דערפֿאַר האַלטן זיי זיך אין דער מעלה.
אין משך פֿונעם פֿילם זעען מיר דעם טרויעריקן, בהדרגהדיקן אונטערגאַנג פֿון דער „זעלבשוץ‟־באַוועגונג, וואָס דאַרף קעמפֿן אויף צוויי פֿראָנטן: סײַ קעגן די קאַרטעלן און סײַ, אין אַ געוויסער מאָס, קעגן דער מעקסיקאַנער רעגירונג, וואָס האָט אַ פֿאַרדראָס אויף די באַוואָפֿנטע מיליצן, וועלכע נעמען איבער די ראָלע פֿון דער אָפֿיציעלער מעקסיקאַנער אַרמיי. צו ביסלעך זײַנען די מיליצן אינפֿילטרירט געוואָרן פֿון קאַרטעל־מענטשן, וואָס האָבן זיי אויסגעניצט, כּדי פּטור צו ווערן פֿון זייערע קאָנקורענטן. די רעגירונג האָט זיי אויך לעגאַליזירט און געמאַכט פֿאַר אַ מין אָפֿיציעלע דאָרף־פּאָליציי, מיט אייגענע מונדירן און געווער. די דאָזיקע אינפֿילטראַציע פֿון ביידע זײַטן, פֿון די קאַרטעלן און פֿון דער קאָרומפּירטער רעגירונג, האָט געמאַכט אַ תּל פֿון דער זעלבשוץ־באַוועגונג. צום סוף, איז ניטאָ קיין אמתער אונטערשייד צווישן די פֿאַרברעכער און די מענטשן, וואָס באַקעמפֿן זיי.
פֿאַר אַ יאָרן האָט די רעגירונג אַרעסטירט דעם ערשטן פֿירער פֿון די מיליצן, כאָזע מאַנועל מירעלעס, אַ מעדיצין־דאָקטאָר, וואָס האָט אויך געאַרבעט עטלעכע יאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מיר באַקענען זיך נעענטער מיט מירעלעס, ווײַל הײַנעמאַן גייט אים נאָך אויף שריט און טריט אין משך פֿונעם פֿילם. לויט אַלע סימנים איז ער אַן ערלעכער מענטש, וואָס האָט פּשוט ניט געוואָלט מיטהעלפֿן אונטערצוגראָבן זײַן אייגענע באַוועגונג. אָבער דערפֿאַר האָט ער זיך אײַנגעקויפֿט שׂוניאם אין די הויכע פֿענצטער, וואָס האָבן געפּועלט, מע זאָל אים אײַנזעצן.
לכּבֿוד „על טשאַפּאָס‟ באַפֿרײַונג, האָבן אַ סך בירגער פֿון זײַן היימשטאָט, קוליאַקאַן, אָרגאַניזירט אַ פּאַראַד. אין דער געגנט איז „על טשאַפּאָ‟ אַ פֿאָלקסהעלד, וואָס אַ סך מענטשן האַלטן מער פֿון אים ווי פֿון דער רעגירונג. די „נאַרקאָטראַפֿיקער‟ האָבן בײַ זיי אַ גוטן שם, זיי העלפֿן דער באַפֿעלקערונג, בשעת די מלוכה טוט גאָרנישט. די אײַנוווינער זײַנען אויך דאַנקבאַר „על טשאַפּאָ‟, וואָס זייער געגנט איז רעלאַטיוו זיכער, בעסער ווי די אַנדערע פּראָווינצן אונטער דער הערשאַפֿט פֿון אַנדערע, מער ברוטאַלע קאַרטעלן. אינעם משוגענעם לאַנד מעקסיקע קומט אויס, אַז דעם מערדער טראָגט מען אויף די הענט, בשעת דער אמתער העלד, דר. מירעלעס, זיצט אין תּפֿיסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.