דער ליטווישער שרײַבער סיגיטאַס פּאַרולסקיס האָט בעת אַ באַזוך אין לאָנדאָן באַמערקט אין אַ מוזיי אַ שילד וועגן תּושבֿים פֿון זײַן קליין שטעטל, וועלכע האָבן געהאָלפֿן די נאַציס צו פֿאַרטיליקן די ייִדן. ער האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען דעם שוידערלעכן מאַסשטאַב פֿונעם ייִדישן חורבן.
מיט צענדליקער יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, בעת וועלכער די נאַציס האָבן אומגעבראַכט זעקס מיליאָן אייראָפּעיִשע ייִדן, האָבן געוויסע ליטווישע שרײַבער און קינעמאַטאָגראַפֿן אין ליטע ערשט אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין די פֿינצטערע ראָלע, וואָס אַ טייל ליטווינער האָבן געשפּילט אינעם נאַצי־גענאָציד. פּאַרולסקיס, אַ פֿירנדיקער ליטווישער שרײַבער און דראַמאַטורג, האָט אינעם יאָר 2010 אַנטדעקט, אַז אין זײַן היימשטאָט, אָבעליאַי, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד, האָבן די דײַטשישע סאָלדאַטן, צוזאַמען מיט די אָרטיקע באַוואָפֿנטע מיליצן, אויסגעהרגעט 1,160 ייִדישע תּושבֿים.
אין 2012 האָט פּאַרולסקיס אַרויסגעגעבן זײַן בוך „פֿינצטערניש און אירע שותּפֿים‟, וועלכער האָט אַרויסגערופֿן אין ליטע אַ גאַנצן שטורעם. צום ערשטן מאָל האָט אַן אָרטיקער מחבר דערציילט וועגן דער פֿינצטערער נאַצי־געשיכטע פֿון זײַן לאַנד. אינעם גראַפֿישן ראָמאַן ווערט דערציילט וועגן ווינצענטאַס, אַ יונגער פֿאָטאָגראַף אין אַ קליין ליטוויש שטאָט, וואָס פֿאָטאָגראַפֿירט די שוידערלעכע רציחה פֿון די אָרטיקע נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן, נאָכן באַפֿעל פֿון אַן אַכזריותדיקן אָפֿיציר פֿון „עס־עס‟, וועלכער האָט ליב אַזאַ „קונסט‟. אין דער זעלבער צײַט, פֿירט דער יונגערמאַן אַ געהיימען ראָמאַן מיט אַ ייִדישער פֿרוי.
דער מחבר האָט דערציילט, אַז זײַנע קריטיקער האָבן אים באַשולדיקט אינעם אויסנוצן די חורבן־טעמע ווי אַ געשעפֿט און צוליב זײַן אייגענעם פּירסום. די אַנדערע האָבן געטענהט, אַז אויף אַזעלכע טעמעס טאָר מען נישט שרײַבן בכלל. פּאַרולסקיס באַטאָנט אָבער דווקא פֿאַרקערט, אַז אויב די ליטווינער צי וועלכעס־ניט־איז אַנדער פֿאָלק זענען געווען פֿאַרמישט אין אַזעלכע שרעקלעכע מעשׂים, טאָר מען עס נישט פֿאַרשווײַגן. אַדרבה, כּדי די הײַנטיקע תּושבֿים פֿונעם לאַנד זאָלן פּטור ווערן פֿון דער בושה אין זייערע הערצער, דאַרפֿן זיי דווקא באַהאַנדלען די דאָזיקע טעמע אָפֿענערהייט.
נישט געקוקט אויף די אויפֿגעבראַכטע קריטיקער, האָט פּאַרולסקיס באַקומען אין 2012 אַ נאַציאָנאַלן פּריז פֿאַר טאָלעראַנץ, און אַ סך ליטווינער האָבן פּאָזיטיוו אויפֿגענומען זײַן ווערק. דער מחבר האָט געזאָגט, אַז די אַרבעט איבערן בוך איז געוואָרן פֿאַר אים אַליין אַ דראַמאַטישע איבערלעבונג. ווען ער האָט באַזוכט זײַן שטעטל, האָט ער געפּרוּווט זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי דער צענטראַלער ראַיאָן פֿון אָבערליאַי האָט אויסגעזען, ווען די ייִדישע תּושבֿים זענען פֿאַרניכטעט געוואָרן; דער מחבר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די אויסגעליידיקטע שטאָט האָט געמוזט דעמאָלט אויסזען ווי אַ סצענע פֿון אַ שוידער־פֿילם.
פֿאַר דער מלחמה, איז ווילנע געווען באַקאַנט אין דער וועלט ווי „ירושלים דליטא‟, אַ ריזיקער צענטער פֿונעם קולטורעלן און גײַסטיקן ייִדישן לעבן. ווען די נאַציס האָט איבערגעכאַפּט דאָס לאַנד אין 1941, האָבן דאָרטן געוווינט בערך 220,000 ייִדן; בלויז בערך 10,000 פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. די אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן אַקטיוו געהאָלפֿן די נאַציס אויסצופֿירן זייערע רוצחישע מעשׂים.
דער ליטווישער רעזשיסאָר אַודריוס יוזענאַס האָט געווידמעט דער טעמע פֿונעם ייִדישן חורבן אין ליטע זײַן פֿילם „געטאָ‟, וועלכער איז אַרויס אינעם יאָר 2006. דער פֿילם איז באַגרינדעט אויף אַ פּיעסע פֿונעם ישׂראלדיקן דראַמאַטונג יהושע סאָבאָל, און דערציילט וועגן דעם גורל פֿון אַ ייִדישן טעאַטער, וועלכער האָט געשפּילט אין דער ווילנער געטאָ. איצט אַרבעט יוזענאַס איבער דער עקראַניזאַציע פֿון פּאַרולסקיסעס ראָמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.