דער „פּאָליטישער אינסטיטוט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟, אַ באַקאַנטע אַנאַליטישע גרופּע מיטן צענטער אין ירושלים, האָט די וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַ פֿאָרשונג, לויט וועלכן די ייִדן אַרום דער וועלט, בפֿרט דער יונגער דור, באַציִען זיך אַלץ מער קריטיש און אָפּגעפֿרעמדט צו מדינת־ישׂראל.
דער באַריכט, וואָס טראָגט דעם טיטל „ייִדישע ווערטן און דער ישׂראלדיקער באַנוץ פֿון געווער אין מיליטערישן קאָנפֿליקט: פּערספּעקטיוון פֿון ייִדן אַרום דער וועלט‟, איז פּובליקירט געוואָרן מיט אַ יאָר נאָך דער מלחמה אין עזה. די פֿאָרשונג פֿאָקוסירט זיך אויף דעם, ווי אַזוי די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין פֿאַרשיידענע לענדער באַטראַכט די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס און ווי אַזוי מע זאָל אויף זיי רעאַגירן.
לויט דער שטודיע, איז בײַ די ייִדן איבער דער וועלט פֿאַרשפּרייט די טענדענץ צו שטיצן און פֿאַרשטיין די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס. אין דער זעלבער צײַט, צווייפֿלען זיי אָבער, צי ישׂראל האָט טאַקע אַן ערנסטע כּוונה צו מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער. די מחברים באַמערקן, אַז בלויז אַ קליינע צאָל אויסגעפֿרעגטע, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן עלטער, גלייבן טאַקע, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג שטרעבט באמת צו דערגרייכן דעם שלום.
די ייִדן אַרום דער וועלט טענהן, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס ווירקן נעגאַטיוו אויף דעם מצבֿ פֿון זייערע קהילות, און זענען גורם פֿיזישע אַטאַקן און אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיטן נישט־ייִדישן אַרום. אַ סך אויסגעפֿרעגטע ייִדן באַמערקן אויך, אַז זיי פֿילן זיך אומבאַקוועם, ווען מע צווינגט זיי צו דינען ווי אַ מין „קאָלעקטיוון אַמבאַסאַדאָר‟, כּדי צו פֿאַרטיידיקן ישׂראל.
צוליב דעם דאָזיקן נעגאַטיוו עפֿעקט, ווי די פֿאָרשער דערקלערט, זענען די ייִדן אין חוץ־לאָרץ נישט צופֿרידן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג קאָנסולטירט זיך נישט מיט זיי וועגן סענסיטיווע ענינים. דער באַריכט איז באַגרינדעט אויף דער אינפֿאָרמאַציע פֿון פֿאַרשיידענע דיסקוסיע־גרופּעס, ווי אויך אויפֿן אַנאַליז פֿון אַנקעטעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.