דער טראַגישער טויט פֿון פֿייגי מאיר דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָט אַרויסגערופֿן הייסע דיסקוסיעס בײַ אירע פֿרײַנד און באַקאַנטע, ווי אויך בײַ מענטשן, וואָס האָבן זי געקענט בלויז דורך „פֿייסבוק‟.
פֿייגי, אַ געוועזענע חסידה און די גרינדערין פֿון Appton, אַ סטאַרטאַפּ־פֿירמע, וואָס האָט אויסגעטראַכט נײַע אַפּס פֿאַר מאָבילקעס, האָט דעם 21סטן יולי, עפֿנטלעך זיך גענומען דאָס לעבן דורכן אַראָפּשפּרינגען פֿון אַ פּאָפּולערן באַר, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן דאַך פֿון אַ 20־שטאָקיקן בנין אין מאַנהעטן.
אַ דערצויגענע בײַ אַ בעלזער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק, האָט פֿייגי פֿאַרלאָזט די קהילה אין 2010. הגם זי האָט אַ סך אויפֿגעטאָן זינט דעמאָלט — געקראָגן אַ קאָלעדזש־בילדונג, און אַרויסגעוויזן אַ ספּעציעלן טאַלאַנט בײַם אַנטוויקלען קאָמפּיוטער־פּראָגראַמוואַרג — האָט זי זיך אָבער אויך געראַנגלט מיט ערנסטער דעפּרעסיע און גײַסטיקער קראַנקייט.
„מיר האָבן געוווּסט, אַז זי איז שוין עטלעכע מאָל געווען אין שפּיטאָל, ס׳איז נישט געווען קיין סוד,‟ האָט דערקלערט שלום דין, אַ געוועזענער סקווערער חסיד און דער מחבר פֿונעם בוך זכרונות, All Who Go Do Not Return. יעדעס מאָל ווען זי איז געווען אין שפּיטאָל, האָט מען פֿאַרשפּרייט די ידיעה דורך פֿייסבוק און דורך אַ פּריוואַטער „גוגל‟־גרופּע אונטערן אויפֿזיכט פֿון „פֿוטסטעפּס‟ (די אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די מענטשן וואָס זענען אַוועק אָדער ווילן אַוועק פֿון דער חרדישער וועלט); מע האָט אויך אָנגעגעבן דעם אַדרעס פֿון איר שפּיטאָל, פֿאַר די וואָס ווילן זי גיין באַזוכן.
אַרי מאַנדעל, אַ באַקאַנטער OTD־בלאָגער (OTD מיינט off the derech, אָדער „מער נישט חרדיש‟) און פֿייגיס אַ פֿרײַנד, האָט אָבער געזאָגט, אַז זי אַליין האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן דעם. „זי האָט תּמיד געקלונגען אָפּטימיסטיש,‟ האָט ער באַמערקט.
פֿייגי האָט געהאַט אַ סך אינטערעסן און האָט אָפֿט געשטעלט בילדער און באַמערקונגען וועגן אירע איבערלעבונגען אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַט. זי האָט זיך אויך לעצטנס פֿאַראינטערעסירט אין דער סעקולערער ייִדיש־וועלט און דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער איז זי געקומען אויפֿן דריטן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אינעם „שלום־עליכם צענטער‟ אין בראָנקס, וווּ זי און עטלעכע אַנדערע האָבן זיך פֿאָטאָגראַפֿירט מיט אַ שילד, „רעדט ייִדיש‟.
„אַלץ האָט איר אויסגעזען ווי נײַ, און ס׳איז געווען קלאָר, אַז זי איז נישט געווען צוגעוווינט צו אַזאַ אַטמאָספֿער,‟ האָט באַמערקט אַרעלע ווישוואַנאַט, אַ „יוגנטרוף‟־אַקטיוויסט, וועלכער האָט זיך באַקענט מיט איר אויפֿן פֿעסטיוואַל. עטלעכע מענטשן האָבן שפּעטער געזאָגט, אַז זי האָט געשטעלט פֿראַגעס, וואָס זענען געווען „אַ ביסל מאָדנע‟. דוד בראַון, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם צענטער, האָט דערציילט, אַז זי האָט נישט געהאַט קיין געלט צו באַצאָלן דעם אַרײַנטריט, אָבער זי האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז איר פֿירמע וועט באַצאָלן דערפֿאַר, און האָט אים געגעבן דעם אַדרעס פֿון דער פֿירמע.
„כ׳האָב געזאָגט, אַז איך וועל מאָנען בײַ זיי,‟ האָט דוד געזאָגט. „פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב ניט געשריבן און ניט געמאָנט.‟
שלום האָט געזאָגט, אַז ער איז נאָך אַלץ אין אַ שאָק איבער פֿייגיס טויט. „זינט איך בין אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט אין 2008 האָב איך שוין געזען ווײַט צו פֿיל זעלבסטמאָרדן,‟ האָט ער געזאָגט. „כ׳האָב שוין פֿאַרלוירן זיבן פֿרײַנד אַזוי, און אַ סך מער וואָס האָבן עס שיִער נישט געטאָן. אַ מאָל קלינגט מיר אָן אַ חבֿר וואָס איז אַזוי פֿאַרייִאושט, אַז איך האָב ממש מורא אויפֿצוהענגען דעם טעלעפֿאָן, פּרוּוו איך אויסציִען דעם שמועס אַזוי לאַנג ווי איך קען.
„דאָס איז נישט בלויז אַ פּראָבלעם פֿאַר די OTDs, נאָר פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער קהילה,‟ האָט שלום געזאָגט. „מענטשן וואָס ווילן פֿאַרלאָזן די חרדישע וועלט טאָרן נישט באַצאָלן פֿאַר זייער פֿרײַהייט דורך זעלבסטמאָרד.‟
דינסטיק, אויף פֿייגיס לוויה אין באָראָ־פּאַרק, זענען טאַקע בײַגעווען סײַ איר חסידישע משפּחה, סײַ אירע פֿרײַנד פֿון דער OTD-קהילה — אַ זעלטענע דערשײַנונג.
נאָך דער לוויה פֿאַר פֿייגי מאיר, דינסטיק, אין באָראָ־פּאַרק:
עטלעכע וואָכן פֿאַר פֿייגיס פּטירה, האָט אַרי מאַנדעל געוווּסט, אַז זי געפֿינט זיך אין אַ שווערן מצבֿ. „אין יוני האָט זי מודיע געווען, אַז זי דאַרף פֿאַרלאָזן איר דירה און זי זוכט עמעצן וואָס האָט אַ ׳ווען׳ אָדער ׳מיני־ווען׳, וואָס זאָל איר העלפֿן מופֿן,‟ האָט ער געזאָגט.
די פּראָבלעם איז אָבער געווען מער ערנסט ווי דאָס: פֿייגי האָט בכלל נישט געהאַט וווּהין צו גיין, ווײַל פֿון איר אייגענער פֿירמע האָט זי ווייניק פֿאַרדינט. „אַנדערע יונגע לײַט, אויב זיי פֿאַרלירן אַ וווינונג, קענען בלײַבן בײַ טאַטע־מאַמע,‟ האָט שלום געזאָגט. „פֿייגי האָט אַזאַ ברירה נישט געהאַט.‟
צוויי וואָכן פֿאַר איר טויט, האָט פֿייגי טאַקע אויסגעדריקט איר עגמת־נפֿש אויף „פֿייסבוק‟, און האָט דערבײַ געטענהט, אַז „פֿוטסטעפּס‟ טוט נישט גענוג צו העלפֿן די „אָפּגעפֿאָרענע‟ ייִדן, וואָס זענען היימלאָז אָדער אין אַ טיפֿער אָרעמקייט. אירע באַמערקונגען האָבן אַרויסגערופֿן אַ הייסע דעבאַטע, בפֿרט בײַ די, וועלכע זענען אַליין אַקטיוו אין דער אָרגאַניזאַציע, און האַלטן, אַז „פֿוטסטעפּס‟ טוט אַלץ, וואָס זי קען מיט די רעסורסן, וואָס זי האָט.
אַרי איז געווען איינער פֿון די וואָס האָבן קריטיקירט פֿייגיס באַמערקונגען אין דעם „פֿייסבוק‟־שמועס — אַ זאַך, וואָס ער האָט נאָך איר טויט עפֿנטלעך באַדויערט.
„כ׳האָב דעמאָלט געטראַכט: איך ווייס זי איז נישט 100% געזונט, אָבער כ׳האָב אויך געהאַלטן, אַז וואָס זי זאָגט וועגן ׳פֿוטסטעפּס׳ איז נישט באַרעכטיקט, און איך מוז איר ענטפֿערן. האָב איך געשריבן, אַז זי מעג קריטיקירן ׳פֿוטסטעפּס׳ וויפֿל זי וויל, אָבער זאָל זי כאָטש זאָגן דעם אמת, און נישט סתּם קריטיקירן אין דער וועלט אַרײַן.‟
אַ טאָג נאָך איר פּטירה, האָט אַרי, אויף זײַן אייגענער „פֿייסבוק‟־זײַט, אויסגעדריקט חרטה, וואָס ער האָט זי אַזוי שאַרף קריטיקירט, און האָט צוגעזאָגט, אַז ער וועט פֿון איצטער אָן פּרוּוון אויסמײַדן אַ שאַרפֿן טאָן, ווען ער קריטיקירט עמעצן.
מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט ער צוגעגעבן: „מיר, ווי אַ געזעלשאַפֿט, דאַרפֿן בכלל ענדערן ווי אַזוי מיר טראַכטן און רעדן וועגן גײַסטיקער קראַנקייט. ווען עמעצער לײַדט פֿון דעפּרעסיע, דאַרף מען זיך באַציִען צו אים פּונקט ווי מע באַציט זיך צו אַ מענטש מיט צוקער־קרענק אָדער גלאַוקאָמע. ס׳איז נישט יושרדיק, אַז די לײַדנדיקע מוזן אויסבאַהאַלטן זייער קראַנקייט, אָדער זיך דאַרפֿן זאָרגן, אַז מע שושקעט זיך וועגן זייער מצבֿ הינטער זייער פּלייצע, אָדער אַז מענטשן זאָגן זיי: ׳נו, קריך שוין אַרויס פֿון דײַן דעפּרעסיע!׳
„פֿייגיס פֿרײַנד, און איך — צווישן זיי, האָבן געקאָנט און געדאַרפֿט טאָן מער איר צו העלפֿן, אָבער מיר האָבן עס נישט געטאָן. מיר זענען געווען צו פֿאַרנומען, אָדער מיר האָבן נישט געוווּסט וואָס צו זאָגן, אָדער מיר האָבן מורא געהאַט — אַלץ פֿאַרשטענדלעכע תּירוצים, אָבער פֿון דעסטוועגן — בלויז תּירוצים. מיר דאַרפֿן אַלע טאָן מער.‟
זינט פֿייגיס טויט האָט די OTD־קהילה, צום ערשטן מאָל, טאַקע אויפֿגעשטעלט אַ ביקור־חולים-טאַבעלע, וווּ חבֿרה קענען פֿאַרשרײַבן די דאַטע און צײַט, ווען זיי וועלן באַזוכן אַ קראַנקן אין שפּיטאָל, צי ס׳איז צוליב גײַסטיקע צי צוליב מעדיצינישע סיבות. אַרי האָפֿט, אַז דאָס וועט העלפֿן די מענטשן, וואָס לײַדן פֿון דעפּרעסיע, פֿילן, אַז זיי זענען טאַקע אַ טייל פֿון אַ קהילה.
אַרי האָט פֿאַרענדיקט זײַנע באַמערקונגען מיט עטלעכע עצות פֿאַר די משפּחות און פֿרײַנד פֿון מענטשן, וואָס זענען אַראָפּ פֿון דרך: „קלינג אָן אַ פֿרײַנד אויב ער קלינגט אומעטיק; באַזוך אַ חבֿר, ווען ער ליגט אין שפּיטאָל. וואַרף נישט אַרויס דײַן קינד פֿון הויז בלויז ווײַל ער וויל נישט אויפֿשטיין צו שחרית, אָדער ווײַל זי וויל נישט גיין אין ׳בית־יעקבֿ׳. ווײַז אַרויס מער מיטגעפֿיל פֿאַר מענטשן מיט גײַסטיקער קראַנקייט אָדער דעפּרעסיע.‟
אינטערעסאַנט איז, אַז אין פֿעברואַר האָט פֿייגי, אין איינעם מיט איר מאַנשאַפֿט בײַ Appton, געשאַפֿן אַן „אַפּ‟ צו העלפֿן היימלאָזע האָמאָסעקסואַליסטן און לעזביאַנקעס, און אַרי האָט דערציילט, אַז זי האָט אויך געקלערט צו שאַפֿן אַן „אַפּ‟ צו באַזאָרגן געוועזענע חסידים מיט הילף פֿאַר זייערע באַדערפֿענישן: ווי צו געפֿינען אַ וווינונג; ווי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף רעגירונג־בענעפֿיטן, און אַפֿילו ווי צו געפֿינען נײַע פֿרײַנד. „נישט דווקא כּדי צו געפֿינען ליבע אָדער סעקס, נאָר סתּם פֿרײַנדשאַפֿט,‟ האָט אַרי געזאָגט.
אפֿשר האָט פֿייגי אין האַרצן דערפֿילט, אַז אַזאַ „אַפּ‟ וואָלט איר אויך צו־ניץ געקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.