דער ציל פֿון דער נײַער אָרגאָניזאַציע „קשת אױסטראַליע‟ איז צו באַקעמפֿן דיסקרימינאַציע קעגן ייִדישע לעזביאַנקעס, האָמאָסעקסואַליסטן, בײַ־סעקסואַליסטן און טראַנס־סעקסואַליסטן צװישן ייִדן און אױך אין דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. די גרופּע האָט געמאָלדן, אַז זי שטעלט זיך אױך אַ ציל צו װערן אַן אָרגאָניזאַציאָנעלער מיטגליד פֿון דער אָרגאָניזירטער ייִדישער קהילה אין דער שטאַט װיקטאָריע, װאָס רופֿט זיך דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע.
װען די לאָקאַלע מעלבורנער אָרגאָניזאַציע פֿון ייִדישע לעזביאַנקעס און האָמאָסעקסואַליסטן, „אַלף”, האָט פֿאַרמאָסטן זיך צו װערן אַ מיטגליד פֿון דער קהילה אין װיקטאָריע אינעם יאָר 1999, האָט די קהילה-אָנפֿירערשאַפֿט געפֿאָדערט, אַז צװײ דריטל פֿון די מיטגלידער-אָרגאָניזאַציעס דאַרפֿן מסכּים זײַן, כּדי „אַלף” זאָל קענען אַרײַן אין דער ייִדישער דאַך־אָרגאָניזאַציע. די אָפּשטימונג איז געװען 46 פֿאַר און 39 קעגן, נאָך דעם װי אַ טײל אָרטאָדאָקסישע שילן האָבן געסטראַשעט, אַז זײ װעלן פֿאַרלאָזן די קהילה טאָמער װעט „אַלף” אַרײַנגעלאָזט װערן.
די איצטיקע אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער קהילה זאָגט, אַז זי מײנט אַז די לאַגע האָט זיך געביטן, כאָטש טײלװײַז, במשך פֿון דער צײַט און אַז זי דערװאַרט נישט, אַז דער צוגאַנג פֿון די אָרטאָדאָקסישע שילן צום ענין זאָל זײַן פּונקט אַזױ װי מיט 15 אָר צוריק. די פּרעזידענטן פֿון די אָרטאָדאָקסישע שילן אין װיקטאָריע האָבן נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן דעם ענין. עס איז באַװוּסט, אַז די נישט־אָרטאָדאָקסישע שילן אין װיקטאָריע שטיצן אונטער דאָס רעכט פֿון צװײ דערװאַקסענע פֿונעם זעלבן געשלעכט חתונה צו האָבן און זײַנען פּאַזיטיװ געשטימט דערצו אַז „קשת‟ זאָל װערן אַ מיטגליד פֿון דער קהילה.
דער נײַער מעלבורנער בית־דין האָט געמאָלדן אױף זײַן װעבזײַט, אַז ער װעט זיך נעמען צו דער אַרבעט, אָנהײבנדיק אין אױגוסט 2015, מיט דער מיטבאַטײליקונג פֿון פֿיר באַקאַנטע לאָקאַלע אָרטאָדאָקסישע רבנים. די מעלדונג האָט אױך באַמערקט, אַז עס איז ביליקער צו גײן צו אַ בית־דין װי צו גײן אין ציװיל־געריכט צו לײזן פֿינאַנציעלע סיכסוכים. דערצו האָט זי אונטערגעשטראָכן, אַז ייִדן דאַרפֿן נאָר גײן אין ציװיל־געריכט, כּדי צו לײזן אַ סיכסוך אין ערגסטן פֿאַל, און נאָכן גײן אין בית־דין. מיט עטלעכע טעג שפּעטער זײַנען די נעמען פֿון די רבנים אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער װעבזײַט.
צװײ רבנים װעמענס נעמען זײַנען אָריגינעל געװען געמאָלדן װי מיטגלידער פֿונעם נײַעם בית־דין האָבן דערנאָך אָנגעזאָגט זשורנאַליסטן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער װאָכנשריפֿט, אַז זײ זײַנען נישט פֿאַרבונדן מיטן נײַעם בית־דין, כאָטש בײדע האָבן אױסגעדריקט די מײנונג, אַז עס פֿעלט די מעגלעכקײט אין מעלבורן פֿאַר ייִדן צו לײזן פֿינאַנציעלע סיכסוכים אױף אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן אופֿן. אַ דריטער רבֿ האָט געזאָגט, אַז מע האָט אָפּגעמעקט די נעמען פֿון די רבנים נאָך דעם װי אַ טײל פֿון זײ האָבן געביטן זײערע מײנונגען װעגן דעם נײַעם בית־דין. דער פֿערטער רבֿ האָט בכלל נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן דעם נײַעם בית־דין.
מע קען נאָך אַלץ לײענען די װעבזײַט אױף דער נעץ, נאָר אָן דער מעלדונג װעגן דער דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם בית־דין.
דער סידנעיער ראָגבי־ליגע פֿוסבאָל־שפּילער דזשאַריד הײן האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד מער װי צװײ װאָכן נאָך דעם װי ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט „טװיטן‟, אין װעלכע ער האָט באַשולדיקט דאָס ייִדישע פֿאָלק אין האָבן דערמאָרדעט ישו הנצרי. ער האָט אױך אָפּגעמעקט די „טװיטן”. הײן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם „טװיט‟, װאָס אַנטהאַלט סײַ די אַנטשולדיקונג, סײַ אַ דערקלערונג צו זײַנע פּאַטריאָטן, אַז זײַנע װערטער זײַנען נישט געװען אמת און אַז ער האָט זײ אָפּגעמעקט אַזױ גיך װי ער האָט זיך דערװוסט, אַז זײ זײַנען נישט אמת. ער האָט אױך געזאָגט, אַז זײַן ציל איז קײן מאָל נישט געװען צו דערצאָרענען ייִדן.
די „אַנטי-דעפֿימאַציע־קאָמיסיע‟ בײַם „בני־ברית‟ האָט אָנגענומען די אַנטשולדיקונג.
דער גאָװערנאָר־גענעראַל פֿון אױסטראַליע, װאָס דינט װי דער קיניגינס פֿאָרשטײער אין לאַנד, איז בײַגעװען צוזאַמען מיט זײַן פֿרױ אױף דער אױסשטעלונג װעגן די ייִדישע סאָלדאַטן, װעלכע האָבן געדינט אין דער אױסטראַלישער אַרמײ במשך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. די אױסשטעלונג איז בשותּפֿות צוגעגרײט געװאָרן פֿונעם מעלבורנער ייִדישן מוזעום פֿון אױסטראַליע און „װײדזשעקס”, אַן אָרגאָניזאַציע פֿון ייִדישע מענער און פֿרױען מיליטערישע װעטעראַנען. די אױסשטעלונג װעט זײַן געהױזט אינעם מוזעומס לאָקאַל אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט סט. קילדאַ.
אַלײן אַ געװעזענער גענעראַל, האָט דער גאָװערנאָר־גענעראַל זיך פֿאַראינטערעסירט ספּעציעל אין די אַרטיפֿאַקטן, װעלכע האָבן אילוסטרירט די קאַריערע פֿון סער דזשאָן מאָנאַש, װאָס האָט אָנגעפֿירט מיט די אױסטראַלישע כּוחות אױפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט נאָך 1918-1916. אַ 2,000 אױסטראַלישע ייִדן האָבן פֿרײַװיליק זיך פֿאַרשריבן צו דינען אין דער אױסטראַלישער אַרמײ אין יענער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.