וואַשינגטאָן. — די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע גרייט זיך אַרויסצולאָזן פֿון תּפֿיסה דעם ישׂראלדיקן שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד במשך פֿון די קומעדיקע חדשים, האָט איבערגעגעבן דער „וואָל סטריט דזשורנאַל‟.
לויטן באַריכט, וועט ער אפֿשר אַפֿילו באַפֿרײַט ווערן אין צוויי אָדער דרײַ וואָכן אַרום, אָבער אויב נישט — זיכער ביזן 21סטן נאָוועמבער. דאָס איז די דאַטע, ווען ער וועט אָפֿיציעל זײַן ראָוי באַפֿרײַט צו ווערן אויף ערנוואָרט, לויט די תּקנות, וואָס מע האָט באַשטימט בײַם פֿאַרמישפּטן אים צו לעבן־לאַנגער טורמע אין 1987.
פּאָלאַרד, אַ געוועזענער אַנאַליסט בײַ די אַמעריקאַנער ים־כּוחות, איז אַרעסטירט געוואָרן אין 1985.
דער „דזשורנאַל‟ האָט ציטירט עטלעכע הויכע באַאַמטע פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, וואָס האָבן געזאָגט, אַז זיי האָפֿן, אַז דאָס באַפֿרײַען פּאָלאַרד וועט העלפֿן אויסגלײַכן די באַציִונגען מיט ישׂראל, וואָס זענען לעצטנס שטאַרק אָנגעשטרענגט געוואָרן צוליב דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך צווישן איראַן און די הויפּט־כּוחות פֿון דער וועלט. אַנדערע באַאַמטע האָבן אָבער קאַטעגאָריש געלייקנט, אַז פּאָלאַרדס באַפֿרײַונג איז פֿאַרבונדן מיטן איראַן־אָפּמאַך.
דערווײַל האָט זײַן געוועזענע פֿרוי, אַן פּאָלאַרד, געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג וואָלט געדאַרפֿט באַצאָלן פֿאַר אַן אויסגעצייכנטענעם אַדוואָקאַט, וואָס זאָל אים פֿאַרטיידיקן אויפֿן פֿאַרהער אין נאָוועמבער. „זאָל מען אים שוין, סוף־כּל־סוף, אַרויסלאָזן,‟ האָט זי געזאָגט בעת אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו מיט דעם ישׂראלדיקן קאַנאַל 2. „ער האָט דאָך פֿאַרלוירן זײַן גאַנץ לעבן, זיצנדיק אין תּפֿיסה. ממש אַ פֿאַרברעכן.‟
זי האָט צוגעגעבן, אַז זי איז „100% זיכער, אַז יונתן וועט וועלן עולה זײַן קיין ישׂראל‟. די ישׂראל־רעגירונג האָט זי און איר עלטערן טאַטן געבראַכט קיין ישׂראל אין 2010, נאָכן דערוויסן זיך, אַז זיי וווינען אין ניו־יאָרק אין גרויסער אָרעמקייט.
יונתן האָט זיך געגט מיט זײַן פֿרוי, צום טייל, כּדי זי זאָל קענען ממשיך זײַן מיט איר לעבן. בעת זײַן תּפֿיסה־טערמין האָט ער אַליין ווידער חתונה געהאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.