דושינקע מײַנע,
דרעמלען און טענהן,
טוט נאָך מײַן בענקשאַפֿט נאָך דיר.
בלוי דײַנע אויגן,
שטאַרק צוגעצויגן,
האָסטו מיך, ליבסטע, צו דיר!
(פֿונעם ליד „דושינקע מײַנע”)
דאָס קאָמפּאַקטל „ווײַטינקע” [Vaytinke] פֿון שורה ליפּאָווסקי איז אַ גוטע בשׂורה פֿאַר דער ייִדישוועלט. בלי־ספֿק פֿאַרנעמט די אַמסטערדאַמער זינגערין אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, סײַ ווי אַ זינגערין, סײַ ווי אַ געזאַנג־לערערין און כאָר־דיריגענטקע, סײַ ווי אַן אינספּירינדיקע פֿיגור, וואָס שטרעבט פֿאַר שלום איבער דער וועלט דורך געזאַנג.
יאָרן לאַנג נעמט זי אָנטייל אין דער אָרגאַניזאַציע „מוזיקער אָן גרענעצן‟, וואָס איר ציל איז צו אַנטוויקלען מער קאָמוניקאַציע צווישן די וועלט־רעליגיעס. אין 2003 האָט זי געלערנט ניגונים מיטן כאָר „פּאָנטאַנימאַ‟ אין סעראַיעוואָ, און אין 2004 לאַנצירט אַ ייִדיש־ און באָסניער לידער־פּראָגראַם. אין 2005, מיטן זינגער טעאָדאָר ביקעל ע״ה, איז זי אַרומגעפֿאָרן איבער פּוילן אין דער גרופּע „די בריק צו שלום‟. כאָטש אַ תּושבֿ פֿון אַמסטערדאַם, קען מען זי אָפֿט געפֿינען אין פּאַריז, וווּ זי דיריגירט מיטן כאָר פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק‟, און אין לאָנדאָן יעדן זומער, וווּ זי לערנט ייִדיש דורך געזאַנג בײַם אָרטיקן ייִדיש־ און קלעזמער־פֿעסטיוואַל. ליפּאָווסקי טרעט אויף ווי אַ שליח פֿאַר שלום, ייִדיש, און דעם ייִדישן ליד.
זי איז געבוירן געוואָרן אין האַג, האָלאַנד, און שטודירט וואָקאַלע קונסט, ייִדיש און טענץ. קבלה און חסידישע טראַדיציע האָבן משפּיע געווען אויף איר פּעדאַגאָגיק, און זי האָט געשאַפֿן איר אייגענעם וועג בײַם לערנען ייִדישן מיסטיציזם אין אַ פּראָגראַם, וואָס הייסט „דאָס מעדידאַטיווע קול‟.
ליפּאָווסקיס וואַרעם, ליבלעך קול איז אַן עכט ייִדישס אין דער טראַדיציע פֿון נחמה ליפֿשיץ; אַ טראַדיציע אין וועלכער דער צוהערער ווערט פֿאַרכּישופֿט הן פֿון די ווערטער, הן פֿון דער מעלאָדיע. אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל „ווײַנטינקע‟ מיט דער גרופּע מוזיקער „נאָוואַיִאַ שירה‟ דערמאָנען געוויסע אַראַנזשירונגען טאַקע אין די קלאַסישע ליפֿשיץ־רעקאָרדירונגען, ווי בײַם ליד „המן־טאַשן‟; דער קלאַנג איז אַ פֿולער און מע וואָלט געמיינט, אַז אַ סך מער אינסטרומענטן ווערן געשפּילט, אָבער בלויז פֿינעף: בערט וואָס אויפֿן פֿידל, מײַיִקע ראָלאָפֿס אויפֿן טשעלאָ, פּאָל פּרענען בײַ דער פּיאַנע, פּעטער וואַן אָס אויפֿן אַקאָרדיאָן, מאַרזשאָלין וואַן רון אויף די פֿלייטן. אין טייל לידער, ווי בײַ לוי־יצחק באַרדיטשעווערס „דו דו‟ און „בלוייִקער צויבער‟, ווערטער און מוזיק פֿון ליפּאָווסקי, ווערט זי באַגלייט נאָר מיט דער פּיאַנע. ווען זי זינגט אַבֿרהם רייזענס און לייבו לעווינס ליד „שלאָף, שלאָף, שלאָף‟, שפּילט בלויז אַ פֿידל.
די לידער וואָס ליפּאָווסקי האָט געשאַפֿן נעמען אַרײַן פֿאַרשיידענע מינים, פֿון דעם טאַנגאָ „דושינקאַ מײַנע‟, ביז אַ חנעוודיק קינדערליד „זיסע קינדער‟:
זיסע קינדער שפּילן גלײַך,
וווּ נאָר מע לאָזט זיי גיין.
וואָס אַלע וואָלטן באַלד געטאָן,
איז אין אַ ראָד זיך דרייען.
ליפּאָווסקי האָט צוזאַמענגעשטעלט די גרופּע „נאָוואַיִאַ שירה‟ אין 2011 צו שפּילן אויף אַ קאָנצערט לכּבֿוד דער ייִדישער און רוסישער מוזיק און קולטור, און זינט דעמאָלט, האָט די גרופּע זיך אָפּגעגעבן ספּעציעל מיט שפּילן נײַע ייִדישע לידער און לידער פֿון רוסלאַנד. אין „ווײַטינקע‟, הערט מען אין דעם גײַסט דעם ייִדישן נוסח פֿונעם רוסישן ליד „די שוואַרצע קאַץ‟, וואָס שטאַמט פֿון דער פּלאַטע „פֿאַרבאָטענע לידער‟, און יעפֿים טשאָרניס ליד „ס’איז פֿינצטער אין גאַס‟ מיט מאיר חרצעס ווערטער. דאָס קאָמפּאַקטל ענדיקט זיך מיט אַ ליד אויף רוסיש — „סוואָדניאַ‟.
שורה ליפּאָווסקי האָט פֿינעף אָריגינעלע לידער אויף „ווײַטינקע‟ און זיי ווײַזן איר פּאָעטישן טאַלאַנט.
די צײַט, זי לויפֿט, זי באַוועגט מיך,
צי באַוועג אויך איך די צײַט?
די צײַט, זי פֿירט, זי וועקט מיך,
צי וועק אויך איך די צײַט?
צי כאַפּ איך די רגע, צי כאַפּט זי מיך?
אַ נס פֿאַרבאָרגן פֿאַרבלאָנדזשעט זיך!
צי ווילסטו געפֿינען דײַן גילדענע שעה?
זוך, ניט זיך, זי איז שוין דאָ!
וואָס קען, בקיצור ,אַ מענטש נאָך טאָן?
די צײַט זי רירט מיך צײַטיק אָן.
(„די צײַט‟)
איך האָב געזען שוין אויף עטלעכע קלעזמער־ און ייִדיש־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט דאָס שלאָגוואָרט „נײַע ייִדישע קולטור‟, אָבער ווען מע האָט זיך טיפֿער אַרײַנגעקוקט אין פּראָגראַם פֿון דער אונטערנעמונג האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם — דאָס „נײַע‟ האָט פּשוט באַטײַט, אַז די זעלבע מוזיקער און זינגער האָבן זיך איבערגעמאַכט אויף אַ נײַעם נאָמען. דערפֿאַר איז אַן אמתע פֿרייד ווען „נײַ‟ באַטײַט טאַקע נײַ. די שאַפֿערס הײַנט פֿון נײַע ייִדישע לידער, סײַ ווערטער, סײַ מוזיק, קען מען אויסרעכענען אויף די פֿינגער, און ליפּאָווסקיס טעקסטן דריקן אויס איר גײַסטיקן צוגאַנג צום לעבן מיט עכטער פּאָעטישקייט.
כאָטש איר קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1980ער יאָרן, האָט די זינגערין נישט קיין סך רעקאָרדירונגען. „ווײַטינקע‟ איז דעריבער דער הויכפּונקט אין דעם פּרט. זי האָט אין דעם אַרײַנגעלייגט איר גאַנץ האַרץ און כּוח און דער צוהערער האָט פֿון דעם אַ זעלטענע הנאה.
אַ ווידעאָ פֿון שורה ליפּאָווסקי קען מען זען בײַם וועבזײַטל:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.