יעדן ערבֿ־שבת אין די 1960ער און 70ער יאָרן, פֿלעגט מײַן זיידע, הרבֿ אַבֿרהם טווערסקי — אַן אור־אור־אייניקל פֿונעם בעל־שם־טובֿ — קויפֿן אַ לאָטעריי־בילעט פֿון אַ קראָם אין זײַן געגנט, דער אָפּער וועסט סײַד פֿון מאַנהעטן. „איך האָב בטחון, אַז אפֿשר וועל איך געווינען,‟ האָט ער געזאָגט, מיט אַ שעמעוודיקן שמייכל. ער האָט געפּרוּווט גיבן צו פֿאַרשטיין די סיבה פֿאַר וואָס דאָס איז אים געווען אַזוי וויכטיק, אָבער האָט נישט געקענט. מיר האָט עס טאַקע אויסגעזען מאָדנע. צי האָט ער טאַקע געגלייבט, אַז דאָס אָפּקראַצן דעם אייבערפֿלאַך פֿון אַ בילעט איז אַ סטראַטעגיע צו פֿאַרדינען געלט?
די איינציקע שפּראַך, וואָס דער זיידע האָט געקענט איז געווען ייִדיש. במשך פֿון זײַן לעבן האָט ער געוווינט אויף פֿיר קאָנטינענטן. אַ ביסל האָט ער געאַרבעט ווי אַ ליוועראַנט, אַ ביסל ווי אַ רבֿ, אַ שטיקל מגיד. בײַם סוף פֿון דער מלחמה האָט ער געאַרבעט אין אַ האָטעל אין ענגלאַנד. אין די 1950ער, שוין אין ניו־יאָרק, האָט ער געפּרוּווט אַרבעטן ווי אַ צײַטונג־טרעגער פֿאַר דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. אָבער יעדעס מאָל וואָס ער האָט געפּרוּווט אויפֿשטעלן אַ געשעפֿט, איז עס אים נישט געלונגען.
ווי אַ סך ייִדן פֿון דער אַלטער היים, האָט ער געגלייבט, אַז ווען אַ ייִד היט שבת, לערנט תּורה און לערנט זײַנע קינדער תּורה, וועט דער אייבערשטער אים במילא בענטשן מיט הצלחה און מזל־ברכה. ווי גייט דאָס ווערטל? אין קמח, אין תּורה.
אַ טייל פֿון זײַנע פֿרײַנד האָבן יאָ מצליח געווען אין אַמעריקע. ווען מיר זענען געגאַנגען שפּאַצירן, האָט דער זיידע נישט איין מאָל געזאָגט: „זעסט יענעם בנין? איך האָב דאָס געקאָנט קויפֿן פֿאַר עטלעכע טויזנט דאָלער ווי רעטער און פּאָלאַק האָבן געטאָן. הײַנט זענען זיי מיליאָנערן, און איך בין אין גאַנצן באַנקראָטירט.‟ כ׳האָב אים דעמאָלט נישט געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער האָט טאַקע אַליין נישט געקויפֿט יענע בנינים. ער האָט גערעדט וועגן זײַן פֿינאַנציעלן מצבֿ אַזוי ווי עס וואָלט געווען אַ באַשערטע זאַך.
הײַנט האַלט איך, אַז די אמתע סיבה פֿאַר וואָס ער האָט זיך נישט אַרויפֿגעאַרבעט, איז פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס ער איז אַנטלאָפֿן פֿון לובלין איידער די נאַציס זענען אַרײַן, בעת זײַן טאַטע — דער טריסקער רבי — און מאַמע, פֿעטערס און מומעס זענען אַלע דערהרגעט געוואָרן אין מײַדאַנעק.
אין אַמעריקע האָט זיך דער זיידע, אַ פּנים, געפֿילט געריסן: פֿון איין זײַט האָט ער טאַקע געוואָלט גוט פֿאַרדינען; פֿון דער צווייטער — האָט ער אויף אַן אומבאַוווּסטזיניקן אופֿן אפֿשר געוואָלט אויפֿהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט זײַנע עלטערן און מיט דער רוחניותדיקער וועלט, וואָס ער האָט פֿאַרלוירן.
אפֿשר דערפֿאַר האָט ער נישט אויסגעניצט עטלעכע גאָלדענע געלעגנהייטן צו מאַכן אַ מאַיאָנטעק. אַפֿילו אין 1973, ווען דער בנין וווּ ער האָט געוווינט, אויף ריווערסײַד דרײַוו און 87סטער גאַס, איז געוואָרן אַ „קאָ־אַפּ‟, האָט ער געקאָנט קויפֿן זײַן דירה פֿאַר בלויז $30,000, אָבער עפּעס אַ קול האָט אים איבערגעצײַגט עס נישט צו טאָן. ער האָט נישט געוואָלט ווערן אַ גשמיותדיקער זאַמלער פֿון עשירות, אַזוי ווי אַזוי פֿיל פֿון זײַנע מיטצײַטלער. אויב אָבער דער אייבערשטער וואָלט עס אים געשאָנקען — ווי, למשל, דורך אַ לאָטעריי־בילעט — נו, דאָס וואָלט שוין געווען אַ גאָר אַנדערע מעשׂה.
די לאָטעריע איז געווען זײַן „תּפֿילה‟ צום רבונו־שח־עולם. אפֿשר וועט גאָט אים מוחל זײַן זײַן „חטא‟ פֿאַר האָבן „איבערגעלאָזט‟ טאַטע־מאַמע אין לובלין. אין האַרצן האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז פֿאַר אים איז מסתּמא נישטאָ קיין מעגלעכקייטן אויסגעלייזט צו ווערן. פֿון דעסטוועגן, שאַט נישט צו פּרוּוון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.