(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין 1931 איז אַ גרופּע ייִדישע מאָטאָציקליסטן געפֿאָרן פֿון בערלין קיין תּל-אָבֿיבֿ, כּדי אָנטיילצונעמען אין די „מכּבי‟ ספּאָרט־פֿאַרמעסטן.
הײַ-יאָר זענען 15 ישׂראלדיקע מאָטאָציקליסטן געפֿאָרן פֿון תּל־אָבֿיבֿ צוריק קיין בערלין. די ישׂראלדיקע חבֿרה רופֿן זייער נסיעה BACK TO BERLIN.
אין מיטן יולי האָבן זיי דערגרייכט וואַרשע. ענד-ציל פון דער נסיעה איז, ווי געזאָגט, בערלין. די הײַ-יאָריקע כּלל-אייראָפּעישע מכּבי-שפּילן וועלן פֿאָרקומען אינעם זעלבן בערלינער סטאַדיאָן, וווּ היטלער האָט דערעפֿנט די אָלימפּישע שפּילן אין יאָר 1936.
צווישן די מאָטאָציקליסטן זענען אויך אייניקלעך פֿון דער ערשטער גרופּע וואָס איז געפֿאָרן אין יאָר 1931 פֿון בערלין קיין תּל־אָבֿיבֿ. אין פּוילן האָבן די ישׂראלדיקע מאָטאָציקליסטן באַזוכט דעם אוישוויץ־מוזיי און דעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.