70 אַמעריקאַנער לערער העלפֿן ישׂראל-קינדער זיך לערנען ענגליש

70 American Teachers Help Israeli Kids Learn English

די 70 יונגע לערער, וועלכע זענען געקומען קיין ישׂראל זיך צו באַטייליקן אין דער פּראָגראַם תּלמ״א
jpupdates.com
די 70 יונגע לערער, וועלכע זענען געקומען קיין ישׂראל זיך צו באַטייליקן אין דער פּראָגראַם תּלמ״א

פֿון ייִט״אַ

Published July 29, 2015, issue of August 21, 2015.

זיבעציק יונגע לערער פֿון אַ צאָל שטעט איבער צפֿון־אַמעריקע האָבן דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ טייל פֿון זייער וואַקאַציע בײַם לערנען ענגליש מיט פֿאַראָרעמטע שולקינדער אין ישׂראל.

ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם תּלמ״א [תכנית לאומית למצוינות באנגלית] — אַ ישׂראלדיקע פּראָגראַם, וואָס שטרעבט צו פֿאַרבעסערן די פֿעיִקייטן פֿון דער ענגלישער שפּראַך, האָבן די לערער געאַרבעט מיט די קינדער סײַ אינעם צפֿון־טייל, סײַ אינעם דרום־טייל פֿון לאַנד.

די אַמעריקאַנער לערער האָט מען צונויפֿגעפּאָרט מיט ישׂראלדיקע לערער במשך פֿון דרײַ וואָכן אין יולי.

תּלמ״א, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2014, איז אַ נאַציאָנאַלע פּראָגראַם אונטערן אויפֿזיכט פֿון דעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום, בשותּפֿות מיט דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה שטײַנהאַרדט, און דער משפּחה־פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון טשאַרלס און לין שוסטערמאַן. אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם איז אויך פֿינאַנצירט געוואָרן דורך דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון דער דעטרויטער געגנט.

אַלען פֿאָטערמאַן, דער דירעקטאָר פֿון תּלמ״א, האָט דערקלערט, אַז די פּראָגראַם „באַזאָרגט דעם ישׂראלדיקן קינד מיט אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן דעם ענגליש־לימוד, און גיט דעם ישׂראלדיקן לערער אַ מעגלעכקייט זיך צו לערנען בײַ זייערע אַמעריקאַנער קאָלעגעס די בעסטע פּעדאַגאָגישע מיטלען און אויך ווי אַזוי אָנצוהאַלטן דעם אינטערעס פֿון זייערע תּלמידים.

די פּראָגראַם איז אויך אַ וויכטיקע געלעגנהייט פֿאַר די אַמעריקאַנער לערער, האָט פֿאָטערמאַן באַטאָנט. „דאָ פֿאַרטיפֿן זיי זייער פֿאַרבינדונג צו ישׂראל דורך זייער פֿאַך, און דערבײַ קאָנען זיי ממשותדיק פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון די אָרעמע שיכטן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט,‟ האָט ער געזאָגט.