פֿאַראַכטטאָגן מיטװאָך האָט די „העליקס“־פּראָגראַם זיך געענדיקט, מיט אַ שלוס־װעטשערע אין אַ װילנער רעסטאָראַן. אינעם דריטן פֿילם װעט איר זיך דערװיסן װעגן דער לעצטער װאָך פֿון דער נסיעה, װאָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט אין דרײַ לענדער. װער עס האָט פֿאַרפֿעלט דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל קען אים געפֿינען .דאָ
אינעם װידעאָ־באַריכט הערט מען פֿון צװײ מיטאַרבעטערס פֿון דער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקײט“, װעלכע האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט אַלע פּרטים פֿון דער הײַיאָריקער נסיעה. אין דעם שריפֿטלעכן באַריכט װיל איך אָבער באַקענען דעם „פֿאָרװערטס“־לײענער מיט צװײ ייִדיש־רעדנדיקע סטודענטן, רבֿקה (בעקי) גולד און יאָסל העלער, און איבערגעבן זײערע אָפּשאַצונגען פֿון צװײ באַזונדערע מאָמענטן פֿון דער נסיעה.
בעקי גולד האָט הײַיאָר פֿאַרענדיקט די לימודים אין האַרװאַרד־אוניװערסיטעט און הײבט באַלד אָן אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם אינעם לערער־קאַלעדזש פֿון קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט. נישט געקוקט אױף דעם, װאָס איר הױפּט־לימוד איז געװען ענגלישע ליטעראַטור, האָט זי זיך פֿאַרשריבן אױף אַ ייִדיש־קורס פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט. פֿאַר בעקין איז אַ הױכפּונקט געװען דער אַרױספֿאָר אין שקלאָװ. דאָרט איז אונדזער ציל געװען צו זען די שטאָט, װאָס װערט באַשריבן אין די זכרונות פֿון זלמן שניאור. אָבער בײַ בעקין איז דער אינטערעס געװען גיכער אַ פּערזענלעכער אײדער אַ ליטעראַרישער: „די באָבע איז געבױרן געװאָרן אין שיקאַגע, אָבער אירע ברידער און טאַטע־מאַמע זענען אַלע געקומען פֿון שקלאָװ“.
אַזױ װי מיר האָבן באַשלאָסן זיך אָפּצושטעלן אינעם אַלטן בית־עולם, װאָס געפֿינט זיך אין דאָרף ריזשקאָװיטשי, האָט בעקי אונדז געגעבן די פֿאַמיליע־נעמען, װאָס איר באָבע האָט געדענקט. די נעמען האָבן מיר יאָ געפֿונען, נישט אױף קײן אַלטע מצבֿות, נאָר אױף די אױפֿשריפֿטן, װאָס מע האָט אַװעקגעלײגט אױף די מאַסן־קבֿרים. פֿאַר אונדז אַלעמען איז דאָס געפֿינען בעקיס קרובֿים, װאָס האָבן קײן מאָל נישט פֿאַרלאָזט זײער הײמשטאָט, געװען זײער רירנדיק.
דער צװײטער סטודענט, װאָס איך האָב אינטערװיויִרט, איז יאָסל העלער, אַ לאָס־אַנדזשעלעסער, װאָס לערנט זיך אין מידלבערי־קאַלעדזש אין װערמאָנט. אין דער גרופּע האָט ער געהאַט אַ שם פֿאַר זײַנע װיצן און שטיפֿערײַען. אָבער זײַנע קענטענישן אין דער רוסישער שפּראַך, װאָס דאָס האָט דערמעגלעכט די קאָמוניקאַציע צװישן אונדז און די אײַנװױנערס, איז אױך געװען אַ װיכטיקער צושטײַער צו דער גרופּע.
יאָסל האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן באַליבטסטער טײל, כאָשט פֿון דער לעצטער װאָך פֿון דער נסיעה, איז געװען דער שמועס װעגן „דאָיִקײט“, װאָס מיר האָבן דורכגעפֿירט אין װילנע, װוּ עס האָט זיך געגרינדעט דער „ייִדישער אַרבעטער־בונד‟. די טעמע פֿון דעם שמועס איז געװען, װי אַזױ מע קען פֿאַרשטײן „דאָיִקײט“ אַצינד װי אַן אימפּולס צו פֿאַרבעסערן די באַדינגונגען פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע קהילות אין די ערטער, װוּ מיר װױנען. „איך װיל די פֿילאָסאָפֿיע אַרײַננעמען אין מײַנע פּאָליטישע טעטיקײטן און קונסט“, האָט יאָסל געזאָגט.
יאָסל איז נישט געװען דער אײנציקער, װאָס האָט זיך אָפּגערופֿן אױף דעם און אַנדערע שמועסן אױף אַזאַ פּאָזיטיװן אופֿן. אַזעלכע מאָמענטן, װען מיר האָבן אַרומגערעדט טיפֿע, װאָגיקע ענינים האָבן דערוועקט אין מיר אַן אינטערעס װײַטער און פּרטימדיקער צו שטודירן די ייִדישע געשיכטע, פּאָליטיק און קולטור פֿון די שטעט און שטעטלעך װאָס מיר האָבן באַזוכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.