(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווייסן מיר שוין, אַז אינעם הײַנטיקן עבֿרית זענען דאָ, חוץ דעם אַלטן תּנכישן וואָקאַבולאַר, לײַווערטער פֿון העט ווען. אין דער מאָדערנער תּקופֿה זענען, פֿאַרשטייט זיך, צוגעקומען נאָך אַ סך־אַ סך נײַע ווערטער, דערעיקרשט פֿון אייראָפּעיִשע לשונות. אַז די רעפֿאָרמירערס פֿונעם לשון האָבן זיך געשעמט מיט מאַמע־לשון און געוואָלט זיך פֿון אים אָפּטרייסלען, ווייסן קינדער אין די וויגן. האָבן זיי זיך באַמיט צו באַרײַכערן דעם העברעיִשן וואָקאַבולאַר מיט לײַווערטער פֿון גרעקיש, לאַטײַניש, דײַטש און ספּעציעל אַראַביש, וואָרן די ענלעכע סטרוקטור פֿון עבֿרית און אַראַביש האָט געגעבן די מעגלעכקייט צו פֿאַרשטעלן די ווערטער פֿאַר היימישע — בלויז המבֿין יבֿין, אַז „מרכּז“ איז אַ לײַוואָרט.
נאָר נישט־געקוקט אויף זייערע באַמיִונגען, איז ס’גערעדטע עבֿרית פֿול מיט ייִדישע השפּעות. (ס’ליטעראַרישע האָט מען דערפֿון בעסער אָפּגעהיט.) זענען אינעם גערעדטן לשון נישט בלויז דאָ ייִדישע ווערטער פֿון דײַטשישן אָדער סלאַווישן אָפּשטאַם — אַ שטייגער, דער ווערב „השוויץ“, פֿון ייִדיש „שוויצן“ (מעטאַפֿאָריש — „באַרימען זיך“) — נאָר אויך ווערטער וואָס זענען אַרײַן אין ייִדיש פֿון לשון־קודש, אַ שטייגער — „תּכלית“, אַרויסגערעדט ווי אויף ייִדיש און מיטן ייִדישן טײַטש, וואָס איז אַנדערש פֿונעם לשון־קודשן „תכלית“ (סוף); „חבֿרה“, אויך אַזוי ווי אויף ייִדיש, אַקעגן „חברה“ (געזעלשאַפֿט).
זאָל מען, אַגבֿ, נישט מיינען, אַז דאָס וואָס אַפֿילו עבֿרית האָט געשעפּט און שעפּט ווײַטער פֿון דער פֿרעמד איז אַ חסרון. פֿאַרקערט, ס’איז דווקא אַ מעלה. און פּונקט ווי מאַמע־לשון האָט געפֿונען אַ געניאַלן אופֿן איבערצונעמען ווערטער פֿון לשון־קודש — „מוחל זײַן“ פֿאַרן לשון־קודשדיקן „מחל“, „גנבֿענען“ פֿאַרן לשון־קודשדיקן „גנב“, האָט עבֿרית אַ געניאַלן אופֿן צו לײַען: למשל, „טעלעפֿאָנירן“ איז „לטלפן“. קיין שענערס קען דאָך נישט געמאָלט זײַן!
נאָר דערמיט וואָס עבֿרית איז אַ מאָל געווען אַ גערעדט לשון און איז מיט אַ יאָר הונדערט צוריק ווידער אַ מאָל געוואָרן אַ גערעדט לשון — האָבן די נאָרמירערס פֿאַרלוירן איבער אים די שליטה. איז מיט אַלע באַמיִונגען צו מאַכן עבֿרית פֿאַר אַ ריין סעמיטיש לשון (דאָס וואָס ס’איז אַפֿילו נישט געווען אין די „בעסטע“ צײַטן זײַנע), איז עס בײַם הײַנטיקן טאָג אַ מיש־מאַש. כאָטש ס’רובֿ ווערטער שטאַמען טאַקע פֿון אַמאָל, איז עס נישט ס’לשון פֿון אַמאָל — פּונקט אַזוי ווי ייִדיש, מיט זײַן וואָקאַבולאַר וואָס איז אַזוי ענלעך צו דײַטש, איז ווײַט פֿון דײַטש ווי טאָג און נאַכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.