ישׂראל האָט מיטוואָך באַגריסט די נײַעס וועגן דעם אַמעריקאַנער באַשלוס צו באַפֿרײַען דעם געוועזענעם שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד פֿון תּפֿיסה, אָבער האָט נישט אויסגעדריקט קיין עפֿנטלעכע פֿרייד וועגן דער בשׂורה, אויס זאָרג, אַז דאָס קאָן שאַטן די באַמיִונגען איבערצוצײַגן די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע צו דערלויבן פּאָלאַרד צו פֿאָרן קיין ישׂראל גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג.
לויט די באַדינונגען פֿון זײַן באַפֿרײַט ווערן אויף ערנוואָרט, וואָס מע האָט דינסטיק פֿאַרעפֿנטלעכט, וועט פּאָלאַרד, אַ געוועזענער אויסשפּיר־אַנאַליסט פֿון די אַמעריקאַנער ים־כּוחות, באַפֿרײַט ווערן דעם 21סטן נאָוועמבער, אָבער וועט די ערשטע פֿינף יאָר מוזן בלײַבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
פּאָלאַרד איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אין 1987 פֿאַר האָבן געהאַט איבערגעגעבן אַ היפּשע צאָל קלאַסיפֿיצירטע דאָקומענטן צו דער ישׂראלדיקער רעגירונג.
דער 60־יאָריקער פּאָלאַרד, וועלכער האָט באַקומען ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט זיצנדיק אין תּפֿיסה, האָט געזאָגט, אַז ער וויל עולה זײַן קיין ישׂראל, וווּ עס וווינט זײַן צווייטע פֿרוי, און וווּ ער וועט זײַן באַרעכטיקט צו באַקומען פֿון דער רעגירונג אַ גרויסן טייל פֿון די שׂכירות, וואָס ער האָט פֿאַרלוירן בעת זײַנע 30 יאָר אין טורמע.
זײַן פֿאַרברעכן און דער פֿאַקט, וואָס ער האָט קיין מאָל נישט אויסגעדריקט חרטה פֿאַר זײַנע אַקציעס, רופֿן עד־היום אַרויס רײַבונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל — רײַבונגען, וואָס זענען לעצטנס נאָך מער אָנגעשטרענגט געוואָרן צוליב דעם מחלוקת איבערן נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן און די איבערגעריסענע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער.
אַ טייל אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אויך אויסגעדריקט אומצופֿרידנקייט איבער פּאָלאַרדס סטאַטוס ווי אַ נאַציאָנאַלער העלד בײַ געוויסע קרײַזן אין ישׂראל.
פּאָלאַרדס אַדוואָקאַטן האָבן גערופֿן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו דערלויבן פּאָלאַרד תּיכּף צו פֿאָרן קיין ישׂראל, אָבער אַליסטער באַסקי, דער וואָרטזאָגער פֿונעם „ראַט פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט‟ אינעם „ווײַסן הויז‟, האָט דערקלערט פֿאַר רעפּאָרטערס, אַז „דער פּרעזידענט האָט נישט בדעה צו ענדערן די באַדינגונגען פֿון פּאָלאַרדס באַפֿרײַט ווערן אויף ערנוואָרט.‟
מיטוואָך האָט די ישׂראלדיקע יוסטיץ־מיניסטאָרין אילת שקד, בעת אַן אינטערוויו אויף דער ישׂראלדיקער אַרמיי־ראַדיאָ, באַמערקט: „אונדזער ציל איצט איז אים צו מאַכן גרינגער דאָס לעבן, און אַוודאי העלפֿן אים קומען קיין ישׂראל. מיר מוזן עס אָבער טאָן אויף אַ רויִקן אופֿן, מיט אַזוי ווייניק טאַרעראַם ווי מעגלעך.‟ זי האָט געזאָגט, אַז זי איז קעגן דעם, אַז מע זאָל שיקן אַ ישׂראלדיקן הויכן באַאַמטן צו באַגריסן פּאָלאַרד, ווען ער פֿאַרלאָזט די תּפֿיסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.