ווער עס לעבט אינעם שטאָטישן דזשאָנגל פֿון ניו־יאָרק, שטענדיק אַרומגערינגלט מיט טויזנטער מענטשן און מיט וואָלקן־קראַצערס, קען גרינג פֿאַרגעסן, אַז ניט ווײַט פֿון דאַנען, אפֿשר אַ שעה פֿאָרנדיק מיט דער באַן אָדער מיטן אויטאָ, געפֿינט זיך אַן אַנדער לאַנד — אַמעריקע. אין אַמעריקע זײַנען דאָ ריזיקע וועלדער געמאַכט פֿון אמתע ביימער, גרינע, גראָזיקע לאַנדשאַפֿטן, פֿעלדער מיט ווייץ און היי, קי און פֿערד און טראַקטאָרן. די זון שײַנט בײַ טאָג און די שטערן פֿינקלען בײַ נאַכט, ווען עס הערט זיך דאָס שטענדיקע זשומען פֿון גרילן.
נאָר קיין מענטשן זעט מען ניט פֿאַר די אויגן. הונדערטער, טויזנטער מײַלן פֿון ווילדעניש און בערג און וועלף, וואָס ווויען אויף דער לבֿנה, אָבער מענטשן דאַרף מען זוכן מיט ליכט. עס פֿרעגט זיך טאַקע, וווּ האָט מען פֿאַרשטעקט די 300 מיליאָן אַמעריקאַנער, וואָס מע זאָגט, אַז זיי זײַנען דאָ אין לאַנד?
דאָס שרײַב איך נאָך מײַן ערשטן וויזיט אין ווערמאָנט, וווּ עס וווינען אינעם גאַנצן שטאַט בלויז 625,000 מענטשן, ניט צו פֿיל מער ווי אויפֿן אינדזל סטעטען־אײַלאַנד. ווערמאָנט איז אַ לענדל, וואָס איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן אײַזקרעם און זײַן קליאָנסירופּ (אויף פּליין ייִדיש הייסט עס „מייפּל־סיראָפּ‟), און הײַנט אויך פֿאַר זײַן סענאַטאָר, בערני סאַנדערס, וואָס מאַכט איצט אַ בונט קעגן הילאַרי קלינטאָן אינעם קאַמף צו באַקומען די דעמאָקראַטישע נאָמינאַציע פֿאַר פּרעזידענט. די ווייניק מענטשן, וואָס זײַנען יאָ פֿאַראַן, זײַנען, דער עיקר — ווײַסע מענטשן. אַרומפֿאָרנדיק צווישן די שיין געפּוצטע הײַזער און די פֿעלדער און דעם ביסל מענטשן, וואָס באַגריסן יעדן איינעם מיט אַ פֿרײַנדלעכן שמייכל, האָט מען אַ געפֿיל, ווי מע געפֿינט זיך אין אַ פֿילם פֿון די 1950ער יאָרן.
ס׳רובֿ צײַט האָב איך פֿאַרבראַכט אינעם שטעטל מידלבערי, ווײַל איך האָב דאָרט באַזוכט מײַן חבֿרטע, וואָס באַטייליקט זיך דאָרטן אין אַן אינטענסיווער העברעיִשער זומער־פּראָגראַם. זי האָט אָפּגעגעבן אַ שבֿועה, אַז דעם גאַנצן זומער וועט זי ניט רעדן קיין ענגליש — און פּונקט אַזוי האָבן געשוווירן די הונדערטער אַנדערע סטודענטן, פֿון העברעיִש, פֿראַנצייזיש, רוסיש, און פֿון די אַנדערע אַכט שפּראַכן, וואָס מע לערנט דאָרט (נאָך ניט קיין ייִדיש, צום באַדויערן). קומט אויס, אַז די סטודענטן לעבן אינעם קליינעם שטעטל מידלבערי מיט די אַכט טויזנט אײַנוווינער, אָבער זיי פֿאַרברענגען דורכויס מיט די אַנדערע סטודענטן אין זייער פּראָגראַם.
זיכער האָט מידלבערי אַ סך מעלות פֿונעם פּעדאַגאָגישן שטאַנדפּונקט. ס׳איז כּמעט ניטאָ וואָס צו טאָן דאָרט אַחוץ היימאַרבעט. דער קאַפֿע — דווקא אַ שיינער — וואָס געפֿינט זיך אינעם שטעטל, פֿאַרמאַכט זיך פֿינף אַ זייגער נאָך מיטאָג. ס׳איז דאָ אַ קראָם מיט אַלטע ביכער, אַ געשעפֿט מיט געזונט־פּראָדוקטן, עטלעכע רעסטאָראַנדלעך, אָבער באמת איז ניטאָ קיין סיבה צו פֿאַרברענגען ערגעץ אַנדערש ווי אויפֿן קאַמפּוס. ס׳איז ווי אַ שיינע מינימום־זיכערהייט־תּפֿיסה אָדער אויסבעסער־הויז, וווּ מע זעצט אײַן יונגע־לײַט אויפֿן זומער, כּדי זיי זאָלן זיך רעפֿאָרמירן. אויב זיי קענען אויסהאַלטן די איזאָלאַציע, וועלן זיי אַרויסקומען גוטע קענערס פֿון העברעיִש, פֿראַנצייזיש אָדער וואָס עס זאָל ניט זײַן.
נאָר וואָס איז מיט די מענטשן, וואָס האַלטן עס ניט אויס? איך האָב דאָרט פֿאַרבראַכט אין גאַנצן צוויי טעג, האָב איך געמיינט, אַז איך ווער משוגע. איך קוק זיך אַרום, אַלץ איז גרין און שיין און שטיל, אָבער ס׳איז ליידיק ווי די אייבערפֿלאַך פֿון דער לבֿנה. ס׳האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך קען גיין און גיין הונדערטער מײַלן און זיך ניט אָנשטויסן אין קיין שום לעבעדיק באַשעפֿעניש, סײַדן אַ וואָלף אָדער אַ בער, אפֿשר אַ ווילדן אינדיק. ווי קענען מענטשן לעבן מיט אַזוי פֿיל שטילקייט? מע הייבט אָן רעדן צו זיך אַליין, אַפֿילו אויף העברעיִש, פֿראַנצייזיש אאַז”וו.
ווי עפֿעקטיוו עס זאָל ניט זײַן דער פּעדאַגאָגישער מעטאָד פֿונעם מינימום־זיכערהייט־תּפֿיסה מידלבערי, האַלט איך ניט פֿון אים. אַ שפּראַך דאַרף מען ניט בלויז לערנען, נאָר אויך לעבן, און עס דאַרף זײַן אַ סבֿיבֿה מיט אַ סך פֿאַרשיידענע מענטשן, מיט געשעפֿטן, מיט באַרן און קלובן, מיט קולטורעלע אינסטיטוציעס, מיט טעאַטער, פֿילם. דעריבער איז בעסער זיך צו לערנען אַ שפּראַך אין אַ לאַנד, וווּ אַלע רעדן די דאָזיקע שפּראַך, און ניט אין עפּעס אַ ווײַטן העק, וווּ די ביימער רעדן ניט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.