בעת מײַן אַנומלטיקן וויזיט אין קאַסאַבלאַנקע, צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ באַקאַנטער מאַראָקאַנער רבנישער משפּחה, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַן אָרטיקן ייִד, חיים פּינטאָ, וועלכער האָט אַמאָל עמיגרירט פֿון מאַראָקאָ קיין קאַנאַדע, אָבער פֿאַרברענגט כּסדר אין קאַסאַבלאַנקע, ווײַל ער האָט ליב דאָס לאַנד, לויבנדיק די מאַראָקאַנער פֿאַר זייער פֿרײַנדלעכקייט און אַנדערע גוטע מידות. אויף זײַן הויז האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אינגאַנצן על־פּי־צופֿאַל, אַרומשפּאַצירנדיק אינעם אַלטן קוואַרטאַל און פֿאָלגנדיק מיט די אויגן אַ חנוודיק קעצעלע; אומצאָליקע גאַס־קעץ זענען פּראָמינענטע „תּושבֿים‟ פֿון דער שטאָט.
פּינטאָ וווינט אינעם הויז פֿון זײַן באַרימטן זיידן, אַ מקובל מיט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ בעל־מופֿת. ער האָט באַטאָנט, אַז דער אַלטער ייִדישער קוואַרטאַל, „מלח‟, וווּ זײַן הויז שטייט, טראָגט אַזאַ נאָמען, ווײַל די מוסולמענער האָבן תּמיד געהאַט דרך־ארץ פֿאַר די ייִדן, און האָבן זיי געהאַלטן פֿאַרן סאַמע תּמצית פֿונעם לאַנד; דאָס וואָרט „מלח‟ מיינט „זאַלץ‟ אי אויף אַראַביש, אי אויף לשון־קודש. פּינטאָ האָט צוגעגעבן, אַז ווען די נאַצי־אָקופּירטע פֿראַנצויזישע רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט אַנטיסעמיטישע געזעצן, האָט דער מאַראָקאַנער קיניג זיך פּרינציעל אָפּגעזאָגט זיי אויסצופֿירן און האָט דווקא אַרויסגעוויזן זײַן ליבשאַפֿט צו די ייִדן.
הײַנט וווינען אין מאַראָקאָ, לויט פֿאַרשיידענע חשבונת, פֿון 2,500 ביז 6,000 ייִדן. הגם אין פֿאַרגלײַך מיט דער ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון איבער אַ פֿערטל מיליאָן נפֿשות ווי אין די 1950ער יאָרן, איז עס אַ רעלאַטיוו קליינע צאָל, בלײַבט די קהילה גאַנץ אַקטיוו. אַ געוויסע צאָל אָרטיקע ייִדן שטאַמען פֿון אַנדערע לענדער אָדער האָבן זיך אומגעקערט אין זייער היימלאַנד.
אין דער גרויסער קאַסאַבלאַנקער שיל „בית־א־ל‟, די גרעסטע און די שענסטע אין דער שטאָט, האָט די וועכטערין מיר געגעבן אַ ליובאַוויטשער בלעטל אויף פֿראַנצויזיש. אַחוץ עטלעכע שילן, אַרײַנגערעכנט אַן אָרטיקן בית־חב״ד, איז אין קאַסאַבלאַנקע פֿאַראַן אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון כּשרע רעסטאָראַנען, שולן און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס; איינע פֿון די עלטסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט אַנטווילקט זיך ווײַטער.
לויט אַלטע לעגענדעס, האָבן די ייִדישע סוחרים זיך באַוויזן אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן מאַראָקאָ נאָך אין שלמה־המלכס צײַטן. צווישן די ערטער, וואָס ווערן דערמאָנט אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿיגורירט סאַלע, די עלטסטע שטאָט אויפֿן ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, וואָס געפֿינט זיך לעבן דער הײַנטיקער מאַראָקאַנער הויפּטשטאָט, ראַבאַט.
עס קאָן זײַן, אַז ווען נבֿוכדנצר האָט צעשטערט דעם ערשטן בית־המיקדש און פֿאַרטריבן די ייִדן קיין בבֿל, האָבן זיך אין מאַראָקאָ געשאַפֿן גענוג גרויסע ייִדישע קהילות. לויט דער ייִדישער לעגענדע פֿונעם באַרג־שטעטל איפֿראַן, האָבן די אָרטיקע ייִדן באַשלאָסן דאָרטן צו בלײַבן, ווען עזרא־הסופֿר האָט זיי גערופֿן זיך אומצוקערן קיין ירושלים.
אַזוי צי אַזוי, איז קלאָר, אַז מיט איבער 2,100 יאָר צוריק, האָבן ייִדישע קהילות געבליט אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען פֿונעם לאַנד. אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַראָקאָ, בײַם טײַך דראַאַ, האָט במשך פֿון הונדערטער יאָר עקזיסטירט אַן אויטאָנאָמע ייִדישע געגנט, וועלכע האָט זיך מיט דערפֿאָלג באַשיצט פֿון די אַטאַקן מצד די קריסטן, און זיך אָפּגעהיט במשך פֿון אַ געוויסער צײַט, ווען דאָס לאַנד איז אַריבער אונטערן מוסולמענישן קאָנטראָל. אַפֿילו אינעם 12טן יאָהונדערט האָבן די ייִדן קאָנטראָלירט די פֿעסטונג־שטאָט טאַזרוט.
די מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע היסטאָריקער דערקלערן, אַז אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון מאָראָקאָ האָבן אַ גרויסע ראָלע געשפּילט די אָרטיקע גרים. גאַנצע בערבערישע שבֿטים האָבן זיך מגייר געווען און האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָרן בעל־הבתּעוועט איבער אַ געוויסן ראַיאָן, וועלכן מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט דער לעגענדאַרער כאַזאַריע — דאָס מיטל־עלטערלעכע צענטראַל־אַזיאַטישע מלכות פֿון גרים.
צווישן די היסטאָריקער זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות, אויף וועלכער מאָס די הײַנטיקער מאַראָקאַנער ייִדן שטאַמען פֿון די „פֿאַרייִדישטע‟ בערבערן. אַזוי צי אַזוי, איז קלאָר, אַז פֿאַר דער אַראַביש־מוסולמענישער עקספּאַנסיע איז ייִדישקייט געווען אַ פּאָפּולערע רעליגיע צווישן די מאַראָקאַנער בערבערן. די אָרטיקע ייִדן האָבן געפֿירט אַן אַקטיווע מיסיאָנערישע טעטיקייט; אינעם פֿריִיִקן מיטל־עלטער איז עס נישט געווען קיין זעלטנקייט. עס באַקומט זיך, אַז די ייִדישע השפּעה איז געווען, אין די ערשטע יאָרהונדערטער פֿון דער קריסטלעכער ערע, אַ גאַנץ נאַטירלעכער טייל פֿונעם מאַראָקאַנער גײַסטיקן לעבן.
אַחוץ דעם רעלאַטיוו־קורצן אומטאָלעראַנטן פּעריאָד פֿון די אַלמאָהאַד־מלכים, וועלכע האָבן געשטרעבט צו צווינגען אַלעמען אָנצונעמען דעם איסלאַמישן גלויבן, האָבן ייִדן און מוסולמענער געלעבט צוזאַמען, בדרך־כּלל, גאַנץ פֿרײַנדלעך אין צפֿון־אַפֿריקע בכלל און אין מאַראָקאָ בפֿרט. אין פֿאַרגלײַך מיט די אייראָפּעיִשע געטאָס, האָבן די מאַראָקאַנער מלכים געשאַפֿן ספּעציעלע באַצוימטע ייִדישע קוואַרטאַלן, „מלחס‟, כּדי צו באַשיצן זייערע תּושבֿים און צו ברענגען די ייִדן, וועלכע האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער עקאָנאָמיע, נעענטער צו די קעניגלעכע פּאַלאַצן און אַריסטאָקראַטישע ראַיאָנען, וועלכע זענען אויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿאַקטיש לויטן זעלבן מוסטער, ווי די ייִדישע.
צווישן די מאַראָקאַנער ייִדן און מוסולמענער זענען במשך פֿון דורות אָנגעגאַנגען טיפֿע גײַסטיקע און קולטורעלע פֿאַרבינדונגען. למשל, ווען יוסף כּספּי, דער באַקאַנטער פּראָוואַנסאַלער ייִדישער פֿילאָסאָף פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, האָט זיך דערוווּסט, אַז די מוסולמענישע חכמים אין פֿעז, מאַראָקאָ, וווּ דער רמב״ם האָט געוווינט אַ סך יאָר, שטודירן כּסדר זײַנע ווערק, האָט ער געוואָלט פֿאָרן אַהין, כּדי צו ווערן אַ תּלמיד פֿון די אָרטיקע ייִדישע און איסלאַמישע פֿילאָסאָפֿן.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן אַ טייל צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט סופֿיזם, די איסלאַמישע מיסטישע טראַדיציע. למשל, גיט איין מחבר אַן עצה, שרײַבנדיק אויף אַראַביש מיט ייִדישע אותיות, צו שאַפֿן בײַ זיך אין שטוב אַ ספּעציעלן מעדיטאַציע־צימער, וווּ מע זאָל אַרײַנלייגן אַ ספֿר־תּורה, און וווּ מע זאָל דאַוונען באָרוועס אויף די קני, מיטן קאָפּ אויף דר׳ערד, אויפֿן כּמו־מוסולמענישן שטייגער. אינעם זעלבן טעקסט, ווערט אַ שיל אָנגערופֿן „מאַסדזשיד‟ — אַ „מעטשעט‟. ס׳זעט אויס, אַז דאָס וואָרט האָט פֿאַרן ייִדישן מחבר פּשוט געמיינט אַ בית־תּפֿילה, און האָט זיך לאַוו־דווקא אַסאָציִיִרט מיט איסלאַם.
די מאַראָקאַנער ייִדישע רבנים, מקובלים, פֿילאָסאָפֿן און וויסנשאַפֿטלער האָבן געשאַפֿן אַ ריזיקע ירושה פֿון ספֿרים און אייגנאַרטיקע מינהגים. ווען אינעם 16טן יאָרהונדערט איז אינעם לאַנד אָנגעקומען אַ גרויסע כוואַליע פֿאַרטריבענע ספֿרדישע ייִדן פֿון אייראָפּע, האָבן די אייראָפּעיִשע ייִדישע אוצרות זיך פֿעסט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט די אָרטיקע. ביז הײַנט בלײַבן אָבער די מאַראָקאַנער ייִדן צעטיילט אויף צוויי עדות, די ספֿרדים און די בערבערישע ייִדן, הגם דער חילוק איז אָפֿט צעשווענקט און אַ סך משפּחות שטאַמען פֿון ביידע גרופּעס.
זינט 2010, זענען אין מאַראָקאָ, אויפֿן מלוכישן חשבון, רעסטאַוורירט געוואָרן צום ווייניקסטן 167 ייִדישע בית־עולמס און אַ גאַנצע ריי היסטאָרישע שילן. דער קיניג, מוכאַמאַד דער זעקסטער, באַטאָנט כּסדר, אַז אין זײַן לאַנד מוז מען אָפּהיטן די 3,000־יאָריקע ייִדישע ירושה. אין מאַרץ, האָט מען אַנאָנסירט, אַז אין גיכן וועט מען אויך דורכפֿירן אַ רעמאָנט אין דער אַלטער שיל פֿונעם היסטאָרישן קאַסאַבלאַנקער „מלח‟.
דער שטאָטישער ייִדישער מוזיי, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אין 1997, ווי אַן איניציאַטיוו פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, באַקענט די באַזוכער מיט דער קולטור און געשיכטע פֿון ייִדן אין מאַראָקאָ. דער ערשטער זאַל בײַם אַרײַנגאַנג איז געווידמעט דעם דערמאָנטן פּראָיעקט פֿון שילן־רעסטאַווראַציע.
זהור רחיחל (זהאָר רעכיכיל), די ענטוזיאַסטישע און פֿרײַנדלעכע קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי, איז אַ מוסולמענישע פֿרוי, וועלכע האָט געווידמעט איר אוניווערסיטעט־שטודיעס די מאַראָקאַנער־ייִדישע ענינים. אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט די קוראַטאָרין באַטאָנט, אַז איר אינסטיטוציע איז אַן עכט־מאַראָקאַנער פּראָיעקט, וואָס באַקומט שטיצע בלויז פֿון די אָרטיקע קוואַלן: די רעגירונג, דער קולטור־מיניסטעריום און די אייגענע ייִדישע קהילה. די עקספּאָנאַנטן ווערן געזאַמלט אויך אויפֿן אָרט, אין מאַראָקאָ.
לויט רחיחלס חשבון, זענען בערך אַ העלפֿט באַזוכער פֿונעם מוזיי אָרטיקע מענטשן, און אַן אַנדער העלפֿט — אויסלענדער, על־פּי־רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, אָפֿטער נישט קיין ספֿרדים. עס באַווײַזן זיך אויך נישט ווייניק פֿראַנצויזישע טוריסטן, ווי אויך אַ געוויסע צאָל ישׂראלים.
די אָרטיקע שולן אָרגאַניזירן כּסדר עקסקורסיעס אינעם מוזיי, כּדי צו באַקענען די מוסולמענישע קינדער מיט דער ייִדישער ירושה פֿון זייער לאַנד. אַ סך באַזוכער זענען סתּם נײַגעריקע מאַראָקאַנער. עס קומען אויך סטודענטן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישע ענינים אין אוניווערסיטעט.
אַחוץ אַזעלכע עקספּאָנאַטן, ווי ספֿר־תּורהס אָדער חנוכּה־לעמפּ, וואָס זענען באַקאַנט יעדן טראַדיציאָנעלן ייִד, זענען אינעם מוזיי אויסגעשטעלט אַ סך אוניקאַלע חפֿצים, וואָס רעפּרעזענטירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קולטור, לעבנס־שטייגער און אייגנאַרטיקע מינהגים. איין מוזיי־זאַל איז דעקאָרירט ווי אַן אינטעריער פֿון אַ טראַדיציאָנעלער מאַראָקאַנער שיל. אינעם דאָזיקן זאַל ווערן אויסגעשטעלט פֿאַרשיידענע ספֿרים, אָנגעשריבן אויף ייִדיש־אַראַביש — אַן אַנדער גאָר וויכטיקער אַספּעקט פֿונעם רײַכן מאַראָקאַנער־ייִדישן קולטור־אוצר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.