במשך פֿון אַ סך יאָרן, האָט רמי ווײַסמאַן, דער דירעקטאָר פֿון אַ באַקאַנטער נעץ יוּוועליר־געשעפֿטן אין אוקראַיִנע, געגעבן גרויסע נדבֿות פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין דניעפּראָפּעטראָווסק. צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס, איז ער אָבער נישט בכּוח מער צו שטיצן די אָרטיקע שיל, מיקווה און די ייִדישע טאָגשול, וווּ זײַן זון איז איצט אַ תּלמיד אינעם קינדערגאָרטן.
דער מיליטערישער קאָנפֿליקט מיט די פּראָ־רוסלענדישע סעפּאַראַטיסטן האָט שטאַרק אויפֿגעטרייסלט די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. זינט דעם יאָר 2013, איז דער קורס פֿון דער אָרטיקער וואַלוטע, די הריוונע, געפֿאַלן אויף אַ האַלב.
הגם לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אוקראַיִנע בערך 60־70 טויזנט נפֿשות, זענען דער אַמעריקאַנער „דזשוינט‟ און אַ טייל אַנדערע באַקאַנטע אָרגאַניזאַציעס זיך משער, אַז די אמתע צאָל ייִדן אינעם לאַנד דערגרייכט 350,000. אויב דאָס איז טאַקע אמת, איז אין אוקראַיִנע פֿאַראַן די צווייט־גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אייראָפּע, נאָך פֿראַנקרײַך. אַזוי צי אַזוי, האָט דער הײַנטיקער קריזיס געשאַפֿן אַ מצבֿ, אין וועלכן די אוקראַיִנישע ייִדן קאָנען זיך מער נישט פֿאַרלאָזן אויף די אָרטיקע פֿילאַנטראָפּן און מוזן זיך ווידער ווענדן צו די אויסלענדישע שטיצער.
נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אוקראַיִנע עקזיסטירט כּמעט אויסשליסלעך צוליב דער שטיצע פֿון אויסלאַנד. בערך מיט אַ צענדליק יאָר צוריק, האָבן זיך אינעם לאַנד באַוויזן אַזעלכע פּראָמינענטע ייִדישע גבֿירים, ווי וואַדים ראַבינאָוויטש, אַ געוועזענער מעדיאַ־מאַגנאַט, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די ערשטע „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אינעם לאַנד. אַ סך קהילות האָבן זיך אויך פֿאַרלאָזט אויף דער הילף פֿון קליינע נדבֿות פֿון אַזעלכע אָרטיקע געשעפֿטס־לײַט, ווי ווײַסמאַן.
הרבֿ יעקבֿ־דובֿ בלײַך, איינער פֿון די קאָנקורירנדיקע אוקראַיִנישע הויפּט־רבנים, האָט איבערגעגעבן, אַז נאָך דער רעוואָלוציע, וועלכע איז אויסגעבראָכן אין 2013־2014, און צוליב דעם אָנגייענדיקן קריזיס מיט רוסלאַנד און די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן, באַקומען די ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע בלויז 40־60 פּראָצענט פֿונעם בודזשעט פֿון די אָרטיקע קוואַלן. צום בײַשפּיל, די ייִדן אין דער הויפּטשטאָט פֿונעם לאַנד, קיִעוו, האָבן געזאַמלט אויפֿן אָרט בלויז אַ העלפֿט פֿון זייער אַלגעמיינער קהילה־בודזשעט, וואָס באַטרעפֿט 4.5 מיליאָן דאָלאַר. די אָרטיקע ליובאַוויטשער שליחים גיבן איבער ענלעכע ציפֿערן.
אין דאָנעצק, איינע פֿון די גרעסטע שטעט אינעם קאָנפֿליקט־ראַיאָן פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, איז דער מצבֿ פֿאַר דעם קאָנפֿליקט געווען גאָר אַנדערש, ווײַל דאָרט האָבן געוווינט אַ צאָל פֿאַרמעגלעכע ייִדן, גיט איבער הרבֿ פּינחס ווישעדסקי, דער שטאָטישער הויפּט־רבֿ. דעריבער האָבן די דאָנעצקער ייִדן געקאָנט זאַמלען זייערע אייגענע פֿאָנדן. אָבער במשך פֿונעם אָנגייענדיקן בירגער־קריג צווישן דער מלוכישער אַרמיי און די באַוואָפֿנטע סעפּאַראַטיסטן, זענען ס׳רובֿ פֿון די אָרטיקע 10,000 ייִדן אַנטלאָפֿן.
ס׳רובֿ פֿון די פֿאָנדן קומען הײַנט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער ברודערשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟, אַ ירושלימער אָרגאַניזאַציע, וואָס גיט געלט פֿאַרן דזשוינט, חב״ד און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן מיט דער ראַטיר־אַקציע אין אוקראַיִנע. אין 2014 האָט די „ברודערשאַפֿט‟ צוגעגעבן נאָך 2 מיליאָן דאָלאַר צו די 8 מיליאָן דאָלאַר, וואָס זי גיט די אוקראַיִנער ייִדן יעדעס יאָר.
אַ טייל פֿונעם געלט פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟ גייט אויף צו מוטיקן די אוקראַיִנישע ייִדן עולה צו זײַן קיין ישׂראל, אָבער ס׳רובֿ דערפֿון איז געגאַנגען אויףז יכערהייט, מעדיצין, קליידונג און שפּײַז־זאַפּאַסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.