זײַ געזונט, באַגדאַד

Farewell Bagdad

אַ סצענע פֿון „דער טויבן־בלאָזער‟, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון די באַגדאַדער ייִדן אויפֿן עקראַן
אַ סצענע פֿון „דער טויבן־בלאָזער‟, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון די באַגדאַדער ייִדן אויפֿן עקראַן

פֿון עדי מהלאל

Published August 02, 2015, issue of August 21, 2015.

די טראַגישע געשיכטע פֿון דער עלטסטער ייִדישער קהילה אויף דער וועלט — פֿון די באַגדאַדער ייִדן — האָט מען זעלטן ווען דערציילט, און זיכער קיינמאָל נישט געזען אויפֿן עקראַן. אָנהייב פֿופֿציקער יאָרן, האָבן אַ 130 טויזנט איראַקישע ייִדן פֿאַרלאָזט איראַק. ס׳רובֿ האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל.

די פּאָליטישע סיטואַציע איז נישט געווען קיין פּשוטע פֿאַר די ייִדן אין איראַק נאָך דער 1948־מלחמה אין ישׂראלפּאַלעסטינע. אַ סך איראַקישע ייִדן זענען צוגעצויגן געוואָרן צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי; אַן אַנדער טייל איז געבליבן געטרײַ דער מאָנאַרכיע; און נאָר אַ קליינע מינדערהייט האָט געגלייבט און איז טעטיק געווען לטובֿת דעם ציוניסטישן צוועק. בכלל האָט די גרויסע מערהייט ייִדן געוואָלט בלײַבן אין איראַק, בפֿרט אין באַגדאַד, וווּ די ייִדן האָבן פֿאַרנומען אַ זעקסטל פֿון דער באַפֿעלקערונג.

דער ישׂראלדיקער שרײַבער פֿון איראַקישן אָפּשטאַם, אלי עמיר, שילדערט אין זײַנע העברעיִשע ראָמאַנען די געשיכטע און דעם גורל פֿון די איראַקישע ייִדן. אויפֿן סמך פֿון זײַן ראָמאַן „מפֿריח היונים‟ („דער טויבן־בלאָזער‟, 1992), האָט מען געשאַפֿן אַ פֿילם, וואָס האָט אויף ענגליש באַקומען דעם נאָמען Farewell Bagdad („זײַ געזונט, באַגדאַד‟, 2014). אָט דער פֿילם רעכנט זיך פֿאַר דעם ערשטן פֿילם, וואָס מע האָט וואָס אַמאָל געשאַפֿן אויף דער ייִדישער־איראַקישער שפּראַך. דער סצענאַר איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך נסים דיין (וועלכער איז אויך דער רעזשיסאָר) אויף העברעיִש, און אַהובֿה קורן (וואָס שפּילט אויך אינעם פֿילם) האָט די רעפּליקן איבערגעזעצט אויף ייִדיש־איראַקיש און מוסולמעניש־איראַקיש. צווישן זיך רעדן די ייִדישע געשטאַלטן אינעם פֿילם, וואָס זײַן סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין באַגדאַד אין 1950, ייִדיש־איראַקיש, און מיט די נישט־ייִדישע געשטאַלטן זענען זיי אַריבער אויף מוסולמעניש־איראַקיש.

וואָס איז די נפֿקא־מינה צווישן די צוויי דיאַלעקטן? ווי מען קען זיך משער זײַן, איז ייִדיש־איראַקיש פֿאַרווירצט מיט לשון־קודשדיקע אויסדרוקן. מע הערט ווי דער ייִדישער טאַטע זאָגט צו זײַן זון, דעם פֿרעסער: „חיים בלעו‟ (לעבעדיקערהייט אײַנגעשלונגען). די מאַמע זאָגט „שמע־ישׂראל‟, „בר־מינן‟, וכדומה. אין אַלגעמיין, איז דאָס שאַפֿן אַ ישׂראלדיקן פֿילם אין גאַנצן אויף אַראַביש, ספּעציעל מיט אַראַביש־רעדנדיקע ייִדן, נישט קיין קליינער אויפֿטו. עס עפֿנט אַ פֿענצטער פֿאַר די מזרחישע ייִדן וואָס שייך דעם ענין פֿון זייער עצם־אידענטיטעט ווי ייִדישע אַראַבער. נאָך זייער אָנקומען אין ישׂראל אין די 50ער יאָרן, האָט מען דאָך פֿון זיי דערוואַרט, זיי זאָלן פֿון זיך אַרויסוואַרפֿן יעדן צייכן פֿון זייער אָפּשטאַם. דער אַשכּנזישער אַנשטאַלט אין מדינת-ישׂראל האָט אויף זיי און אויף זייער קולטור אַראָפּגעקוקט, ווי ער האָט בכלל אַראָפּגעקוקט אויף דער מיטל־מזרחדיקער קולטור. איז, פֿון דעם קוקווינקל, קען מען זיך דערפֿרייען, אַז אַן אַראַביש־רעדנדיקער פֿילם איז זוכה צו אַזאַ גרויסער הצלחה אין ישׂראל, ציִענדיק צו זיך אַן ערך הונדערט טויזנט ישׂראלדיקע צוקוקערס.

אין צענטער פֿונעם פֿילם שטייט די געשטאַלט פֿון קאַבי (די ייִדיש־אַראַבישע ווערסיע פֿון ‘יאַנקל’), אַ 16־יעריקער יונגערמאַן (געשפּילט דורך דניאל גד), אַ שנײַדערס אַ זון, וואָס אַרבעט פֿאַר אַבו אַדואַר (דער אַקטיאָר אורי גבֿריאל), אַ טויבן־האָדעווער. אין דער ערשטער סצענע זעט מען ווי די פּאָליציי כאַפּט קאַביס פֿעטער כיזקעל (יחזקאל), צוליב זײַן ציוניסטישער טעטיקייט. קאַביס משפּחה נעמט אַן אַדוואָקאַט, און געפֿינט אַ מיטל צו בלײַבן בסתר אין קאָנטאַקט מיטן פֿעטער אין תּפֿיסה, בשעת קאַבי מוז דאָ שפּילן די גרעסטע ראָלע. די תּפֿיסה איז פֿול־געפּאַקט מיט פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, ס’רובֿ פֿון זיי — קאָמוניסטן און ציוניסטן.