אַז מע פֿרעגט יצחק פּינקעס, פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו שענקען אַ טייל פֿון זײַן לעבער צו אַ פֿרוי, וואָס ער האָט בכלל ניט געקענט, זאָגט ער פּשוט: „ווי אַזוי וואָלט איך דאָס ניט געקענט טאָן?‟ ניט געקוקט, אָבער, אויף זײַן ענטפֿער, איז פּינקעס, אַ יונגער פֿאָטער פֿון צוויי קינדער, וואָס וווינט אין מעדיסאָן, וויסקאָנסין, וווּ ער אַרבעט ווי אַ שאַפֿער פֿון קאָמפּויטער־אַפּליקאַציעס, דווקא איינער פֿון די סאַמע־ערשטע אין ניו־יאָרק אַוועקצוגעבן אַ פֿרעמדן אַ טייל פֿון זײַן לעבער.
די אָפּעראַציע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי אינעם „ניו־יאָרק־פּרעסביטעריען‟־שפּיטאָל אין מאַנהעטן. פּונקט צוויי וואָכן שפּעטער האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין אַ רעסטאָראַן אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟, וווּ פּינקעס האָט גערעדט וועגן זײַן לעבן און זײַן באַשלוס צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון אַ פֿרוי פֿון אַ חסידישער קהילה, אַ וועלט, וואָס ער האָט אַליין געהאַט פֿאַרלאָזט.
יצחק פּינקעס איז אויפֿגעוואַקסן אין באָראָ־פּאַרק, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין באָבעווער און קאַרלין־סטאָלינער ישיבֿות. שטענדיק אַ קלוג קינד, וועמענס אינטערערסן זענען אָפֿט געווען אויסער די ראַמען פֿון אַ געוויינטלעכן חסידישן בחור, איז ער פֿאַרכאַפּט געווען מיט וויסנשאַפֿטלעכע און עטישע ענינים. צו 17 יאָר איז ער פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין דער הלכישער פּראָבלעם פֿון נעמען אָרגאַנען בײַ פֿרישע מתים, כּדי זיי איבערצופֿלאַנצן אין פּאַציענטן.
„איך בין רעגלמעסיק געגאַנגען צו דער קאָנפֿערענץ פֿון דער ׳אַסאָציאַציע פֿון אָרטאָדאָקסישע וויסנשאַפֿטלער׳,‟ האָט פּינקעס דערקלערט. „דאָרטן רעדט מען אַרום די ענינים, אין וועלכע ס׳איז דאָ אַ קאָנפֿליקט צווישן וויסנשאַפֿט און הלכה. דערפֿאַר איז דאָס איבערפֿלאַנצן אָרגאַנען געווען אַן אָפֿטע טעמע אויף דער קאָנפֿערענץ‟.
בײַ אָרטאָדאָסקישע ייִדן איז דער ענין פֿון איבערפֿלאַנצן אָרגאַנען פֿון פֿרישע מתים (Cadaver Organ Transplantation) אַ קאָנטראָווערסיעלע: כּמעט אַלע חרדישע פּוסקים האַלטן, אַז מע טאָר ניט אַרויסנעמען קיין אָרגאַנען בײַ אַ ייִדישן מת. ס׳רובֿ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פּוסקים האַלטן פֿאַרקערט, אַז מע קען עס יאָ טאָן צוליבן פּרינציפּ פֿון פּקוח־נפֿש. פּינקעס האָט שטאַרק מיטגעשטימט מיט דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער פּערספּעקטיוו און האָט אָנגעהויבן אַרומצורעדן דעם ענין מיט פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט רבנים. ער האָט אָבער ניט געקענט אײַנרעדן קיין סך חסידים, אַז אַזעלכע פּראָצעדורן זענען ניט אָסור.
„דאָס איז געווען איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, וואָס האָט מיך אַוועקגעשטופּט פֿון דער חרדישער וועלט,‟ האָט פּינקעס דערקלערט. „איך קען ניט זאָגן, אַז ס׳איז געווען די הויפּט־סיבה; צו יענער צײַט האָב איך שוין געהאַלטן אין פֿאַרלאָזן יענע קרײַזן. אָבער דער אומבייגעוודיקער אופֿן, ווי אַזוי מע פּסקנט אויף הלכישע שאלות, באַזירט אויפֿן סטאַטוס־קוואָ אַנשטאָט וואָס איז ריכטיק, האָט מיך שטאַרק געאַרט. דער חיובֿ צו ראַטעווען אַ לעבן איז וויכטיקער ווי דאָס, וואָס עס זאָל שטיין אינעם מדרש‟.
יצחק האָט זיך אָנגעהויבן לערנען אין „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟, וווּ ער האָט שטודירט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט. צו יענער צײַט האָט זײַן פֿאָטער זיך געטראָפֿן מיט אַ חסיד, וואָס האָט געשאָנקען אַ ניר, כּדי צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון אַ פֿרעמדן. אַ דאַנק דעם האָט יצחק זיך דערוווּסט וועגן חיה ליפּשוץ, אַן אָרטאָדאָקסישע פֿרוי, וואָס האָט אַליין אַוועקגעגעבן איינער פֿון אירע נירן מיט 10 יאָר צוריק. כּדי צו געפֿינען נאָך מענטשן צו שענקען זייערע נירן, דינט ליפּשוץ שוין מער ווי נײַן יאָר ווי אַ מין שדכן צווישן די, וואָס דאַרפֿן אַ ניר און פֿרעמדע, וואָס זענען גרייט אַוועקצוגעבן איינער פֿון זייערע נירן. דורך איר פּראָיעקט „ניר־מצווה‟ האָט זי שוין צוזאַמענגעבראַכט צענדליקער נירן־שענקער, ס׳רובֿ פֿון זיי פֿרומע ייִדן, מיט פּאַציענטן פֿון כּלערליי הינטערגרונטן. נאָכן דערהערן וועגן איר, האָט יצחק באַשלאָסן, אַז ער וויל אַליין שענקען אַ ניר. ס׳איז אים אָבער ניט געלונגען.
„איך בין געווען פּערפֿעקט צוגעפּאַסט פֿאַרן מענטש, וואָס האָט געדאַרפֿט באַקומען מײַן ניר,‟ האָט יצחק דערקלערט. „מע האָט געמאַכט אַ סך טעסטן אויף ביידע פֿון אונדז. ס׳האָט אויסגעזען אַז אַלץ וועט גיין ווי געהעריק. ווען מע האָט, אָבער, געמאַכט אַ סקאַן פֿון מײַנע נירן, האָט מען אין כּמעט דעם לעצטן מאָמענט זיך דערוווּסט, אַז איינער פֿון מײַנע נירן געפֿינט זיך אין מײַן בעקן (pelvis). ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ביידע פֿון מײַנע נירן פֿונקציאָנירן פּערפֿעקט, האָט מען אָפּגעשאַפֿן דעם פּראָצעדור, ווײַל מע נעמט ניט קיין נירן פֿון אַ מענטש, אויב עפּעס איז ניט אין גאַנצן נאָרמאַל‟.
„ס׳איז אים באמת געווען אַ בראָך,‟ האָט דערקלערט חיה ליפּשוץ בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ער האָט זייער געוואָלט שענקען אַ ניר. ער איז אַן אויסערגעוויינטלעכער מענטש און האָט אַ גוט האַרץ. האָב איך אים אַוודאי ניט פֿאַרגעסן און מיר זענען געבליבן אין קאָנטאַקט‟.
יצחק איז ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט זײַן לעבן. ער האָט פֿאַרענדיקט זײַנע לימודים און האָט זיך אַריבערגעפּעקלט קיין מעדיסאָן, וויסקאָנסין, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און קינדער. ער האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פֿרום און האָט באַקומען אַ שטעלע בײַ אַן אָנגעזעענער פֿירמע, וואָס שאַפֿט קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען פֿאַר שפּיטאָלן. הײַיאָר אין מאַרץ, פֿינף יאָר נאָך דעם, וואָס מע האָט אים ניט דערלאָזט אַוועקצוגעבן אַ ניר, האָט ער באַקומען אַ מעלדונג פֿון חיה ליפּשוץ.
„איך האָב געהערט וועגן אַ פֿרוי אין מאָנסי, וואָס האָט זיך גענייטיקט אין אַ לעבער,‟ האָט ליפּשוץ דערקלערט. „מע האָט זייער לאַנג ניט אַפֿילו דערלאָזט, אַז עמעצער זאָל שענקען אַ טייל פֿון זייער לעבער עמעצן, וואָס זיי קענען ניט. אָבער איך האָב זיך דערוווּסט, אַז ׳ניו־יאָרק פּרעסבעטעריען׳ האָט לעצטנס באַשלאָסן, אַז מע וועט עס יאָ דערלאָזן. האָב איך זיך דערמאָנט אין יצחקן און איך האָב אים געשריבן‟.
דאָס אַוועקגעבן אַ טייל פֿונעם לעבער איז אַ סך שווערער און קאָמפּליצירטער ווי דאָס שענקען אַ ניר. קודם דאַרף מען צעשנײַדן דעם אָרגאַן אין צוויי טיילן, און די שניטן, וואָס מע דאַרף מאַכן אינעם בויך זענען אַ סך גרעסער ווי בײַם איבערפֿלאַנצן אַ ניר. דערצו דויערט עס געוויינטלעך וואָכן צי חדשים לענגער צו קומען צו זיך נאָך דער אָפּעראַציע. צוליב דער גרעסערער ריזיקע האָט מען ביז לעצטנס ניט דערלאָזט, אַז מענטשן זאָלן אַוועקגעבן נירן צו פֿרעמדע. די פּינקטלעכע סיבה פֿאַר וואָס „ניו־יאָרק פּרעסביטעריען‟ האָט לעצטנס געביטן זײַן כּלל איז ניט באַקאַנט ליפּשוצן אָדער פּינקעסן. (סײַ געשריבענע און סײַ טעלעפֿאָנישע פֿאַרלאַנגען בײַם שפּיטאָל צו דערקלערן, פֿאַר וואָס מע האָט געביטן דעם כּלל, האָט מען ניט געענפֿערט).
ניט געקוקט אויף דער ריזיקע און די שוועריקייטן פֿון דער אָפּעראַציע, האָט פּינקעס ווייניק געקלערט וועגן זײַן געזונט. „די ערשטע זאַך, וואָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן נאָך דעם, וואָס איך האָב געהערט פֿון חנהן איז געווען: ׳צי קען איך דאָס דערלויבן פֿינאַנציעל?׳ צוליב דעם, וואָס מע דאַרף האַלטן אַן אויג אויף די פּאַציענטן, וואָלט איך געדאַרפֿט בלײַבן אין ניו־יאָרק אויף פֿיר וואָכן. איך האָב לעצטנס געקויפֿט אַ הויז. איך האָב אַ היפּאָטעק (mortgage) און אַנדערע זאַכן, וואָס איך דאַרף באַצאָלן. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳וואָלט געווען שווערער פֿון אַ פֿינאַנציעלן שטאַנדפּונקט, ווי ווען איך בין געווען אין אוניווערסיטעט. איך האָב, אָבער, זיך דערוווּסט, אַז איך האָב געהאַט גענוג ׳וואַקאַציע׳־ און ׳קראַנקע׳־טעג, אַוועקצוגיין פֿון דער אַרבעט אויף אַ חודש‟.
אַחוץ דעם, וואָס עס איז שווערער עמעצן צו שענקען אַ לעבער ווי אַ ניר, איז עס אויך געוויינטלעך אַפֿילו מער קריטיש פֿאַרן פּאַציענט, וואָס נייטיקט זיך אינעם אָרגאַן. „מיט אַ ניר איז דאָ כאָטש ׳דײַאַליסיס׳, וואָס דערלאָזט, אַז מע קען ווײַטער לעבן מיט נירן וואָס פֿונקציאָנירן ניט,‟ האָט דערקלערט חיה ליפּשוץ. „מיט אַ לעבער, אָבער, איז דער ענין נאָך מער קריטיש, ווײַל ווען דער אָרגאַן אַרבעט ניט קען מען דעם פּאַציענט בלויז געבן אַ נײַעם. דערפֿאַר שטאַרבן מענטשן אָפֿט גיכער צוליבן דורכפֿאַל פֿונעם לעבער‟.
נאָכן איבערקוקן זײַנע פֿינאַנצן און אַרומרעדן דעם ענין מיט זײַן פֿרוי, האָט יצחק געלאָזט חיה ליפּשוצן וויסן, אַז ער איז אַ בעלן.
„יעדער איינער האָט מיך שטאַרק געשטיצט,‟ האָט יצחק דערקלערט. „מײַן פֿאָטער האָט לכתּחילה פּרובירט מיך אײַנצורעדן עס ניט צו טאָן. אָבער ווען ס׳איז אים געוואָרן קלאָר, אַז איך וועל עס סײַ ווי טאָן, האָט ער אין גאַנצן געשטיצט מײַן באַשלוס‟.
הערש פֿרידמאַן, אַ לאַנגיאָריקער נאָענטער חבֿר פֿון יצחק, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז יצחקס באַשלוס איז בײַ אים אין גאַנצן ניט געווען קיין חידוש. „ער לעבט תּמיד לויט זײַנע אידעאַלן, אַפֿילו ווען ער דאַרף מקריבֿ זײַן אַ סך דערפֿאַר,‟ האָט פֿרידמאַן געזאָגט.
ווי ס׳רובֿ מענטשן, וואָס שענקען אַן אָרגאַן צו אַ פֿרעמדן, האָט יצחק געוווּסט בלויז אַ פּאָר גרונטלעכע פּרטים וועגן דער פֿרוי, וואָס האָט באַקומען אַ פֿערטל פֿון זײַן לעבער. „ס׳איז מיר אין גאַנצן ניט אָנגעגאַנגען, ווער עס זאָל באַקומען,‟ האָט ער געזאָגט. „איך האָב געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז עס וועט זײַן אַ חסידישע מאַמע פֿון פֿיר קינדער, וואָס וווינט אין מאָנסי. איך האָב געוווּסט, אַז זי איז 42 יאָר אַלט. איך האָב אַ סך טענות צו דער חסידישער קהילה אָבער דאָס איז אין גאַנצן ניט שייך. זי איז עמעצער, וואָס איז קראַנק; אַ מענטש, וואָס שטייט אַקעגן אַ ׳טויט־שטראָף׳. און איך קען זי ראַטעווען. ווי אַזוי וואָלט איך איר ניט געקענט העלפֿן?‟
די פֿרוי, וואָס האָט גענאָסן פֿון יצחקס חסד, איז איינע פֿון די געציילטע, וואָס האָבן געהאַט דעם מזל צו באַקומען אַ לעבער פֿון אַ לעבעדיקן שענקער. לויטן „נעץ פֿאַרן באַקומען און איבערפֿלאַנצן אָרגאַנען‟ (Organ Procurement and Transplantation Network), וואַרטן הײַנט 15,166 אַמעריקאַנער צו באַקומען אַ לעבער־איבערפֿלאַנצונג. פֿאַראַיאָרן האָבן 7,346 מענטשן באַקומען אַן איבערפֿלאַנצונג; צווישן זיי, נאָר 280 פֿון לעבעדיקע שענקער. ווי עס דערקלערט אויף דער שפּיטאָלס וועבזײַטל ד׳׳ר בנימין סאַמסטײַן, דער שעף פֿאַר לעבער־איבערפֿלאַצונגען בײַ „ניו־יאָרק פּרעסביטעריען‟, וואָס האָט אָפּערירט אויף יצחקן, „די רעזולטאַטן פֿאַר אַן איבערפֿלאַנצונג פֿון אַ לעבעדיקן לעבער־שענקער זענען אַ סך בעסער, ווי די פֿון אַ שענקער, וואָס לעבט ניט‟. ד׳׳ר סאַמסטײַן דערקלערט ווײַטער אינעם פֿילם, אַז די פּאַציענטן וואָס באַקומען אַן איבערפֿלאַנצונג פֿון אַ לעבעדיקן שענקער בלײַבן לעבן ביז 20% מער אָפֿט.
פֿון זײַן זײַט, האָפֿט יצחק אַז אַנדערע וועלן פֿאָלגן אין זײַנע פֿוסטריט און אַז אַזוי אַרום וועלן מער מענטשן קענען באַקומען אַ לעבער־איבערפֿלאַנצונג פֿון אַ לעבעדיקן שענקער. „מײַן עצה איז, טו עס,‟ האָט ער געזאָגט. „אויב איר זענט בכּוח און קענט עס אויסהאַלטן פֿינאַנציעל, איז עס כּדאַי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.