אַ גרופּע אַקאַדעמישע פֿאָרשער פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אַנטדעקט וויכטיקע עלעמענטן פֿונעם גרעסטן שיל־קאָמפּלעקס אין ווילנע, באַהאַלטן אונטער דער ערד.
אין יוני, האָבן די פֿאָרשער דורכגעפֿירט אַ ראַדאַר־אַנאַליז פֿונעם שטח אַרום דער ווילנער גרויסער שיל. די ראַדיאָ־כוואַליעס זענען אַרײַנגעדרונגען טיף אין דער ערד און האָבן אַנטפּלעקט באַגראָבענע עלעמענטן פֿונעם קאָמפּלעקס, צעשעדיקט אין דער נאַצי־תּקופֿה און צעשטערט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. די ישׂראלדיקע אַנטיק־אינסטאַנץ האָט איבערגעגעבן, אַז אויפֿן סמך פֿון די ראַדאַר־פֿאָרשונגען פּלאַנירט מען דורכצופֿירן אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען, וועלכע דאַרפֿן זיך אָנהייבן אינעם יאָר 2016.
די אַנטדעקטע טיילן פֿונעם היסטאָרישן שיל־קאָמפּלעקס זענען באַהאַלטן אונטערן פּלאַץ, וווּ עס שטייט הײַנט אַ שול. ס׳זעט אויס, אַז דאָס זענען רעשטלעך פֿון דער שיל גופֿא, ווי אויך, מעגלעך, פֿון עטלעכע מיקוות, וואָס האָבן פֿונציאָנירן אינעם שיל־הויף. די אַנטיק־אינסטאַנץ האָט באַטאָנט, אַז די גרויסע ווילנער שיל, אויסגעבויט אינעם 17טן יאָרהונדערט, איז דער עלטסטער און וויכטיקסטער אָפּגעהיטער דענקמאָל פֿונעם ייִדישן לעבן אין ליטע, געשאַפֿן לויטן מוסטער פֿון באַראָקאָ־ און רענעסאַנס־אַרכיטעקטור. במשך פֿון דער צײַט, זענען אויפֿן שטח פֿון דער גרויסער שיל געשאַפֿן געוואָרן אַ טוץ בתּי־מדרשים, כּשרע יאַטקעס, אַ ספֿרים־ביבליאָטעק און עטלעכע מיקוות.
די פֿאָרשער האָפֿן, אַז די פּלאַנירטע אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען, אין וועלכע עס וועלן זיך באַטייליקן די אָרטיקע סטודענטן־וואָלונטירן און פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט, וועלן העלפֿן פֿאַרזיכערן, אַז די קולטור־ירושה פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה זאָל באַצייכנט ווערן ווי אַ וויכטיקער אינטעגראַלער טייל פֿון דער ליטווישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.