אַ לייט־אַרטיקל אינעם Forward האָט לעצטנס גערופֿן די לייענער גוט דורכצוטראַכטן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, אויף אַ פּראָדוקטיוון, שׂכלדיקן, גענוג סקעפּטישע און ערנסטן אופֿן. איז דער אָפּמאַך טאַקע אַ גוטער צי אַ סכּנותדיקער געדאַנק? אַזוי צי אַזוי, ווי מע האָט באַטאַנט אינעם לייט־אַרטיקל, האָט מען געמוזט לייזן די סיטואַציע מיט דער איראַנישער אַטאָם־פּראָגראַם.
ווי דער אַמעריקאַנער סעקרעטאַר פֿון ענערגיע־ענינים, וויל איך געבן צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי דער אָפּמאַך צווישן איראַן און די וועלט־כּוחות וועט פֿאַרבעסערן דעם זיכערהייט־מצבֿ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין ישׂראל און אין דער גאַנצער וועלט.
דער הסכּם פֿאַרזיכערט אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן, אַז איראַן וועט נישט קענען פּראָדוצירן גענוג באַרײַכערטן אוראַניום פֿאַר אַן אַטאָם־באָמבע, און דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן גאַנץ שטרענג די נוקלעאַרע פּראָגראַם. אַדרבה, אויב איראַן וועט פּרוּוון יאָ צו שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע וואָפֿן, וועלן אַלע גרעסטע וועלט־כּוחות — כינע, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, בריטאַניע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד — זיך אַקעגנשטעלן.
דערצו, האָט מען דאָס מאָל גוט באַטראַכט די וויסנשאַפֿטלעכע אַספּעקטן פֿונעם הסכּם. איך האָב געאַרבעט במשך פֿון 40 יאָר ווי אַן אַטאָם־פֿיזיקער בײַם טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט פֿון מאַסאַטשוסעטס (MIT); במשך פֿון די לעצטע חדשים, האָב איך כּסדר פֿאַרהאַנדלט מיט די איראַנישע נוקלעאַרע מומחים. דער פּרטימדיקער אַנאַליז פֿון די פֿירנדיקע אַמעריקאַנער עקספּערטן אינעם דאָזיקן געביט האָט געוויזן, אַז דער אָפּמאַך איז טאַקע זייער אַ געראָטענער.
קודם־כּל, האָבן די איראַנישע מלוכישע אינסטאַנצן מסכּים געווען פּטור צו ווערן אינגאַנצן פֿונעם אוראַניוםן, וואָס איז שוין באַרײַכערט אויף 20 פּראָצענט. 98 פּראָצענט פֿונעם שוואַך־באַרײַכערטן פּראָדוקט וועט מען אויך ליקווידירן. אָן אַ ממשותדיקן זאַפּאַס פֿונעם מאַטעריאַל, וועט איראַן נישט קאָנען שאַפֿן אַפֿילו איין באָמבע במשך פֿון אַ יאָר.
פֿון 19,000 צענטריפֿוגעס, וועלן בלײַבן בלויז די עלטסטע און שוואַכסטע 5,000. צו שאַפֿן גענוג פּלוטאָניום — דער אַנדערער עלעמענט, וואָס טויג פֿאַר אַטאָם־באָמבעס, אַחוץ אוראַניום — וועט אויך זײַן אוממעגלעך. לויטן נײַעם אָפּמאַך, וועט מען איבערבויען דעם נוקלעאַרן רעאַקטאָר אין אַראַק — דאָס איינציקע אָרט, וווּ ביז הײַנט וואָלט מען געקאָנט פּראָדוצירן גענוג פּלוטאָניום פֿאַר איין אָדער צוויי באָמבעס אַ יאָר. עס וועט זײַן גאַנץ גרינג צו קאָנטראָלירן דעם זאַפּאַס פֿונעם דאָזיקן מאַטעריאַל אין איראַן, און דערצו האָט מען אָפּגעשמועסט, אַז אַלע אָפּפֿאַל־פּראָדוקטן, וואָס אַנטהאַלטן דעם דאָזיקן עלעמענט, וועלן אַרויסגעשיקט ווערן פֿונעם לאַנד.
די אינטערנאַציאָנאַלע אַטאָמישע אַגענטור וועט פֿירן אַ שטענדיקן אויפֿזיכט איבער די איראַנישע נוקלעאַרע אונטערנעמונגען. לויטן הסכּם, מעגן די „משגיחים‟ זיך אַלעמאָל פּלוצעם באַווײַזן אין די דערקלערטע ערטער, במשך פֿון צוויי שעה נאָך דער וואָרענונג, און אין ווייניקער וויכטיקע פּלעצער — במשך פֿון אַ מעת־לעת. די אַגענטור, אויסגעשטאַט מיט די ריכטיקע אינסטרומענטן, וועט גלײַך באַמערקן, אויב מע וועט פּרוּוון אויסצובאַהאַלטן פֿון איר די נוקלעאַרע מאַטעריאַלן. צוליב דער ראַדיאַציע, איז גרינג זיי צו דעטעקטירן. און אַוודאי, אויב איראַן וועט נישט פֿאָלגן די תּנאָים, וועלן מיר באַנײַען די האַרבע סאַנקציעס, וואָס האָבן ביז איצט געשעדיקט די איראַנישע עקאָנאָמיע.
אַן אַנדער מעלה פֿונעם אָפּמאַך איז דער אומבאַשטימט־לאַנגער טערמין. געוויסע תּנאָים פֿונעם אָפּמאַך וועלן חל זײַן במשך פֿון 10 יאָר, די אַנדערע — במשך פֿון 15, 20 אָדער 25 יאָר. דער עיקר-תּנאַי, אַז איראַן וועט נישט פּרוּוון צו שאַפֿן דאָס אַטאָמישע געווער, וועט אָבער גילטן אויף שטענדיק.
איך בין מסכּים מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, אַז אויב איראַן וואָלט טאַקע געשאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע, וואָלט עס געווען אַ ריזיקע סכּנה פֿאַר ישׂראל און אַנדערע אַמעריקאַנער פֿרײַנד אינעם מיטל־מיזרח. ס׳איז אמת, אַז פֿאַרן אָפּמאַך, האָבן די איראַנער נוקלעאַרע אונטערנעמונגען פֿאַרמאָגט, אין פּרינציפּ, גענוג מאַטעריאַל, וואָס מע וואָלט געקאָנט אויסנוצן פֿאַר מיליטערישע צוועקן. צוליב דעם הײַנטיקן היסטאָרישן הסכּם, וועט עס ווערן אוממעגלעך.
די אַדמיניסטראַציע פֿון אונדזער לאַנד וועט, בלי־שום־ספֿק, פֿאַרזיכערן דעם רויִקן מצבֿ פֿון מדינת־ישׂראל. מיר גלייבן, אַז דער נײַער הסכּם מיט איראַן וועט דווקא פֿאַרבעסערן דעם זיכערהייט־מצבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.