(די 2 טע זײַט פֿון 2)
הקיצור, בלײַבט עס פֿאַר מיר אַן אַקסיאָמאַטישער אמת, אַז באַבעל איז ניט קיין ייִדישער שרײַבער. אָבער ער בלײַבט אין דער זעלבער צײַט, פֿאַרשטייט זיך, געוואַלדיק אינטערעסאַנט און וויכטיק פֿאַר דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווײַל זײַן לעבן, שאַפֿן און עזבֿון האָבן באַזונדערס בולט אָפּגעשפּיגלט די פּראָבלעם פֿון אַ ייִדן אין דער רוסיש־שפּראַכיקער קולטור.
באַבעל האָט געמאַכט די ערשטע טריט אין דער רוסישער ליטעראַטור אין דער צײַט, ווען מע האָט אָפֿט און אַ סך גערעדט — און ניט בלויז אין אויסגעשפּראָכן אַנטיסעמיטישע קרײַזן — אַז אַ ייִד איז פּשוט ניט פֿעיִק צו ווערן אַן עכטער רוסישער שרײַבער. זײַן צי איר נשמה איז, כּלומרשט, געווען פֿון אַן אַנדער טייג געקנאָטן, דערפֿאַר איז אין זײַן צי איר רוסיש פּשוט איבעריק געווען צו דערוואַרטן די נייטיקע רוסישע קינסטלערישע אויטענטישקייט.
איך האָב זיך אומגעקערט צו דער אומאויסשעפּלעכער טעמע פֿון באַבעלן צוליב אַ מתּנה, וועלכע עס האָט מיר געבראַכט די פּאָסט — דוד ראָזענסאָנס בוך, אויף רוסיש, „באַבעל: אַ מענטש און אַ פּאַראַדאָקס‟. כ׳האָב אַ כּלל, בײַ וועלכן איך סטאַרע זיך האַלטן, דהײַנו: ניט צו שרײַבן רעצענזיעס אויף די ביכער, וואָס איך באַקום ווי מתּנות. אַזוי אַז ס’איז ניט קיין רעצענזיע. בפֿרט נאָך אַז דאָס בוך איז ניט אין גאַנצן אַקאַדעמיש, הגם אַן אַקאַדעמיקער קען אין אים געפֿינען ניט ווייניק אינטערעסאַנטס און ניצלעכס.
אָבער צו איין זאַך וועל איך זיך פֿון דעסטוועגן „צוטשעפּען‟: צו דער פֿראַגע פֿון באַבעלס ייִדישקייט. וועגן דעם איז אין דעם בוך אַ סך אָנגעשריבן. דער מחבר האַלט, אַז באַבעל איז „שטעקן געבליבן‟ צווישן די צוויי וועלטן — דער ייִדישער און דער רוסישער און אַז ער איז „געקומען צום טראַגישן סוף פֿון זײַן לעבן אי ווי אַ ייִד אי ווי אַ ניט־ייִד — און גלײַכצײַטיק ניט דער און ניט יענער‟.
און דאָ בין איך לחלוטין ניט מסכּים מיט דוד ראָזענסאָנען. פּונקט אַזוי ווי איך בין זיכער, אַז באַבעל איז ניט געווען קיין ייִדישער שרײַבער, בין איך זיכער אַז ער איז געווען אַ ייִד. אַנדערש וואָלטן מיר געמוזט טענהן, אַז — אַ שטייגער — אַבֿרהם קאַהאַן, דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר, פֿון „פֿאָרווערטס‟, איז נאָר „טיילווײַז‟ געווען אַ ייִד. און אַלבערט אײַנשטיין האָט אין זיך אויך געטראָגן סײַ ייִדישקייט סײַ גוייִשקייט. און זאבֿ זשאַבאָטינסקי האָט אויך געהאַט דעם רוסישן נאָמען וולאַדימיר און איז געווען אַ מײַסטער פֿון רוסישן וואָרט. און אַזוי ווײַטער.
לויט מײַן דעפֿיניציע פֿון ייִדישקייט, מוז מען האַלטן אַ ייִד פֿאַר אַ ייִדן, כּל־זמן ער שעמט זיך ניט מיט זײַן ייִדישקייט. אַלע אַנדערע דיפֿיניציעס פֿון ייִדישקייט זײַנען פֿאַרפֿירעריש און האָבן אַ ווערט נאָר אין אַ געוויסן קרײַז מענטשן. און באַבעל האָט זיך קיין מאָל ניט געשעמט צו זײַן אַ ייִד, אַפֿילו ווען ער האָט זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרבאַהאַלטן אונטער אַ רוסישן נאָמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.