מאָנטיק, דעם 3טן אויגוסט, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג איבערגעגעבן, אַז די פּאָליציי־אויספֿאָרשער וועלן באַקומען אַ רשות צו פֿאַרהערן אויף אַ שטרענגערן אופֿן די פֿאַרדעכטיקטע אינעם אונטערצינדן אַ הויז אין דומאַ, אַ שטעטל אויפֿן מערבֿ־ברעג לעבן שכם, וווּ אַ פּאַלעסטינער ייִנגעלע, 18 חדשים אַלט, איז פֿאַרברענט געוואָרן אויף טויט, און זײַנע טאַטע־מאַטע מיטן פֿיר־יאָריקן ברודער האָבן באַקומען געפֿערלעכע פֿײַער־וווּנדן. עס קאָן זײַן, אַז מע וועט דערלויבן די זיכערהייט־כּוחות שטאַרק צו טרייסלען די אַרעסטאַנטן, כּדי זיי צו צווינגען אויסצוזאָגן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿאַרברעכן.
מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געמאָלדן, מע וועט אָנהייבן פֿאַרהאַלטן די ישׂראלים, פֿאַרדעכטיקט אינעם פּאָליטישן טעראָר קעגן די פּאַלעסטינער אָן קיין מישפּט. פֿריִער, האָט מען אַזוי באַהאַנדלט בלויז די פּאַלעסטינער פֿאַרדעכטיקטע. גלעד ארדן, דער מיניסטער פֿון אינערן־ענינים, האָט דערקלערט, אַז דער זיכערהייט־קאַבינעט, וועלכער האָט זונטיק באַשלאָסן אויסצונוצן דעם „אַדמיניסטראַטיוון אַרעסט‟ פֿון ייִדישע מיליטאַנטן, האָט אויך געגעבן אַ דערלויבעניש אָנצוּווענדן שטרענגערע מעטאָדן פֿון אויספֿאָרשונג.
דער זיכערהייט־קאַבינעט האָט געזאָגט, אַז „יעדער מעטאָד איז כּשר‟, ווי ארדן האָט דערקלערט אויף דער ראַדיאָ — אַרײַנגערעכנט דאָס שטאַרקע טרייסלען דעם פֿאַרדעכטיקטן, ווי אויך אַנדערע מיטלען, וואָס מע ווענדט צו די פּאַלעסטינער טעראָריסטן. ארדן האָט באַטאָנט, אַז די ייִדישע טעראָריסטן פֿאַרדינען פּונקט די זעלבע באַהאַנדלונג.
אינעם יאָר 1999 האָט דאָס ישׂראלדיקע העכסטע געריכט באַשלאָסן, אַז דאָס „אויסשאָקלען‟ די אינפֿאָרמאַציע פֿון די פֿאַרדעכטיקטע פּאַלעסטינער מיליטאַנטן איז אומגעזעצלעך, ווי אַ פֿאָרעם פֿון פּײַניקונג. ביז דעמאָלט, האָט די זיכערהייט־אינסטאַנץ „שין־בית‟ כּסדר גענוצט אַזאַ מעטאָד. פֿונדעסטוועגן, ווי עס האָבן דערקלערט די עקספּערטן פֿון זיכערהייט־ענינים, האָט דאָס העכסטע געריכט נישט פֿאַרווערט צו פּײַניקן די פֿאַרדעכטיקע אין געוויסע ספּעציפֿישע פֿאַלן, ווען מע מוז באַקומען די אינפֿאָרמאַציע וואָס גיכער.
מע איז זיך משער, אַז אין דער אונטערצינדונג זענען שולדיק די עקסטרעם־רעכטע ייִדישע נאַציאָנאַליסטן. זייער אַדוואָקאַט איתּמר בן-גבֿיר, וועלכער האָט שוין פֿריִער פֿאַרטיידיקט אַזעלכע פּאַרשוינען, באַשולדיקט אין גוואַלד־פֿאַרברעכנס מיט אַ פּאָליטישער מאָטיוואַציע, האָט זיך באַקלאָגט, אַז ארדנס באַמערקונגען וועגן די האַרבע פֿאַרהער־מיטלען איז אַ „סקאַנדאַל‟, וואָס קאָן ווערן אַ נײַער פּרעצעדענט פֿאַרן מישפּט אינעם העכסטן געריכט. בן-גבֿיר האָט געזאָגט, אַז אויב געוויסע עכטע טעראָריסטישע פֿירער האָט מען נישט געפּײַניקט אויף אַזאַ אופֿן, פֿאַרוואָס זאָל מען אָנווענדן אַזאַ מעטאָד צו פֿאַרהאַלטענע ייִדישע יונגע־לײַט?
דערווײַל איז נאָך קיינער נישט אַרעסטירט געוואָרן אין שײַכות מיט דער שׂריפֿה, וועלכע איז אויסגעבראָכן פֿרײַטיק, דעם 31סטן יולי. דער מיניסטער פֿון אינערן־ענינים האַלט, אַז אין דער אונטערצינדונג זענען שולדיק ייִדישע עקסטרעמע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע זענען שוין נישט איין מאָל אָנגעפֿאַלן אויף די אַראַבער, קריסטן, שלום־אַקטיוויסטן און סאָלדאַטן פֿון צה״ל. די פֿאַרברעכער האָבן איבערגעלאָזט העסלעכע העברעיִשע אויפֿשריפֿטן. אין אַן אַנדער אינטערוויו, האָט ארדן געזאָגט אויף דער ישׂראלדיקער מיליטערישער ראַדיאָ, אַז מע וועט, מעגלעך, צווינגען די פֿאַרדעכטיקטע צו טראָגן אַ ספּעציעלן עלעקטראָנישן בראַסלעט אויף די פֿיס, כּדי צו וויסן, וווּ זיי געפֿינען זיך אין יעדן מאָמענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.