איך בין אַ ביסל אין אַ שאָק די וואָך. ווי אַ געטרײַע מיטגלידערין פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי פֿלעג איך שטענדיק אַוועקמאַכן און אָפֿט בפֿירוש אָפּלאַכן פֿון די רעכטע, וואָס האָבן גערופֿן פּרעזידענט אָבאַמאַ אַ שׂונא-ישׂראל. דאָס וואָס ער פֿאַרשטייט נישט וואָס ער טוט און פֿאַרפּלאָנטערט זיך אָן אַ שיעור אין מיטל-מזרח איז אמת אָבער דאָס מיינט נישט גראַדע, אַז ער איז אַן אויסגעשפּראָכענער אַנטיסעמיט.
אָבער נאָך אָבאַמאַס דערשטוינענדיקן טעלעפֿאָן-שמועס מיט אָרגאַניזאַציעס וואָס שטיצן דעם נוקלעאַרן הסכּם מיט איראַן, מוז איך מודה זײַן, אַז אויב אָבאַמאַ איז אַליין נישט קיין אַנטיסעמיט, האָט ער פֿאָרט באַדראָט דעם ייִדישן פֿאָלק מיט אַנטיסעמיטיזם, ווען ער האָט געזאָגט, מען זאָל מאַכן אַ שווײַג וועגן דעם אָפּמאַך.
עס איז שוין געווען איבער דער מאָס וואָס דזשאָן קערי האָט געוואָרנט, אַז מען וועט באַשולדיקן ישׂראל אויב מען וועט שטימען קעגן דעם הסכּם מיט איראַן.
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט מען שוין אַ טראַדיציע פֿון באַשולדיקן די ייִדן אין אַרײַנמישן אַמעריקע אין מלחמות. צום בײַשפּיל, פֿאַר פּערל-האַרבאָר האָבן געוויסע מענטשן זיך באַקלאָגט, אַז די ייִדן ווילן אַרײַנציִען אַמעריקע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. צו זאָגן אַז ישׂראל מוז שווײַגן וועגן אַן ענין פֿון לעבן און טויט, נאָר כּדי נישט צו באַרעכטיקן אַ סטערעאָטיפּ, איז טאַקע איבערגעטריבן.
אָבער וואָס אָבאַמאַ האָט געזאָגט אויפֿן טעלעפֿאָן איז פּשוט איבלדיק ווײַל ער האָט אַליין איבערגעחזרט דעם אַנטיסעמיטישן ליגן, אַז די ייִדן זײַנען שולדיק אין דער מלחמה אין איראַק.
אַ ביסל געשיכטע פֿאַר די לייענערס, וואָס קענען נישט די געשעענישן פֿון וואַשינגטאָן. אַז פּרעזידענט דזשאָרדזש דאָבליו בוש האָט פֿאָרגעלייגט באַזיגן איראַק, האָט AIPAC געמאַכט אַ שווײַג. איך בין דעמאָלט געווען אַ פּראַקטיקאַנטקע דאָרט און איך קען זאָגן פּערזענלעך, אַז מען האָט אונדז בפֿירוש אָנגעזאָגט, אַז כּל-זמן די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט נישט קיין אָפֿיציעלע מיינונג, און כּל-זמן די אַמעריקאַנער שטיצער האָבן אַ קלאָרן געדאַנק וועגן דער מלחמה, טאָרן מיר נישט דערמאָנען אַפֿילו דאָס וואָרט איראַק, און אויב עמעצער אין קאָנגרעס וועט בעטן בײַ אונדז אַן עצה, זאָלן מיר נישט ענטפֿערן און פֿאַרקערעווען דעם שמועס אויף עפּעס וואָס איז יאָ שייך מדינת-ישׂראל.
דאָס איז געווען קלוג ווײַל נאָך דעם האָבן געוויסע ישׂראלדיקע באַאַמטע געוואָרנט בוש, אַז אַ מלחמה אין איראַק איז טאַקע נישט כּדאי. אמת, אַז סאַדאַם כוסיין איז נישט געווען קיין פֿויגלדיקער מענטש אָבער ער איז געווען אַזוי שוואַך, אַז ער שאַפֿט פּראָבלעמען, דער עיקר, פֿאַר זײַנע אייגענע בירגער. דאָס איז געווען אין פֿאַרגלײַך, אַגבֿ, מיט איראַן, וואָס פֿאָלגט אַ מער אַקטיווע ליניע אינעם ראַיאָן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען געווען, לויט די פּראָצענטן, מער קעגן דער מלחמה ווי די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער.
נישט געקוקט אויף דעם איז געוואַקסן אַ מיטאָס אין דעם געמויזעכץ פֿון דעם אַנטיסעמיטישן לינקן לאַגער, אַז מען האָט באַזיגט איראַק צוליב ישׂראלדיקע אינטערעסן. עס איז פֿאר מיר פּערזענלעך געווען אַ גרויסע אַנטוישונג צו זען אַז די אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן אָנטיילגענומען אינעם שמועס מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָבן קיין מאָל נישט געבעטן, אַז די דעמאָנסטראַנטן זאָלן אויפֿהערן צו טראָגן זייערע אַנטיסעמיטישע שילדן, וואָס באַשולדיקן ישׂראל און די אַמעריקאַנער ייִדן אין דער מלחמה. פֿאַרקערט, די נײַע „פּראָטאָקאָלן פֿון וואַלט און מירשהײַמער‟ איז געוואָרן אַ שלאַגער אין אַלע אַמעריקאַנער ביכער-קלייטן.
איך גלויב נישט דעריבער, אַז ס׳איז אַ צופֿאַל אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט באַשולדיקט אי „די זעלבע כּוחות וואָס האָבן אונדז אַרײַנגעשלעפּט אין אַיראַק אויף אַ מלחמה‟, אי דעם בודזשעט פֿון „$20 מיליאָן אויף רעקלאַמעס פֿון לאָביסטן‟. מען זאָגט, אַז $20 מיליאָן איז דער בודזשעט פֿון AIPAC צו קעמפֿן קעגן דעם נוקלעאַרישן אָפּמאַך מיט איראַן.
וואָס קען מען פֿאַרשטיין פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַס ווערטער, חוץ דעם וואָס ער באַשולדיקט די שטיצערס פֿון מדינת-ישׂראל אין דער אָפּאָזיציע צום הסכּם? און וואָס מיינט „ישׂראל-שטיצערס‟, „ציוניסטן‟, „דער ישׂראל-לאָבי‟ און אַלע אַנדערע אַזעלכע באַגריפֿן אויב זיי זײַנען נישט אַן אופֿן צו זאָגן „ייִדן‟ אָן צו נוצן דעם וואָרט? עס איז פּײַנלעך צו קוקן ווי טיף ס׳איז געפֿאַלן די אַמאָליקע האָפֿענונג פֿון אַמעריקע. אָבאַמאַ נעמט נישט אָן דאָס אחריות איבער אַמעריקעס דורכפֿאַלן אין דער אויסער-פּאָליטיק און מאַכט בכלל נישט קיין חשבון-הנפֿש. אַנשטאָט דעם באַפֿאַלט ער די ייִדן, וואָס זייער אַ גרויסע צאָל שטיצט די דעמאָקראַטן.
הלוואי וואָלטן ייִדן, נישט וויכטיק פֿאַר וועמען זיי שטימען, זיך פֿעסט אַנטקעגנגעשטעלט אַזוינע בילבולים און נישט מאַכן אַ שווײַג, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט אין די הויכע פֿענצטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.