(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מאַרטינאַ מאַיעווסקא איז אַ יונגע פּוילישע פֿרוי, וואָס שרײַבט אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע וועגן היטן ייִדישקײט אין די פּוילישע תּפֿיסות אין פּוילן.
מאַיעווסקאַ דערציילט, אַז הונדערטער פּוילישע ייִדן זענען געזעסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אין די פּוילישע תּפֿיסות. זי האָפֿט, אַז עטלעכע פֿון די אַרעסטאַנטן לעבן נאָך און קענען איר דערציילן, למשל, ווער ס׳האָט געדאַוונט אין דער „פּאַוויאַק־תּפֿיסה שול‟ אין וואַרשע. ווער איז געווען דער רבֿ, וואָס האָט זיך פֿארנומען מיט די ייִדישע אַרעסטאַנטן? ווי איז געווען די לאַגע מיט כּשרות אין תּפֿיסה? און נאָך ענלעכע פֿראַגעס. מאַרטינאַ דערציילט, אַז צווישן די צענדליקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין פֿאַר-מלחמהדיקן פּוילן איז געווען אויך די אַזוי גערופֿענע חבֿרה „תּומכי אסורים‟, וואָס איר ציל איז געווען צו העלפֿן די ייִדישע געפֿאַנגענע.
א סך יונגע ייִדן זענען געווען דעמאָלט חבֿרים אין דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און אַ טייל פֿון זיי האָבן פֿאַרבראַכט חדשים און יאָרן לאַנג אין תּפֿיסה. די דאָזיקע פּאָליטישע ייִדישע אַרעסטאַנטן האָבן געהאַט ייִדישקײט אין דער לינקער פּאה. מאַרטינאַ זוכט אָבער די אַנדערע, די פֿון די רעכטע פּאַרטייען אָדער גלאַט אַזוי אַרעסטאַנטן, וואָס זענען געזעסן אין תּפֿיסה צוליב פֿאַרשיידענע נישט־פּאָליטישע סיבות.
הגם זי קאָנצענטרירט זיך אויף דער פֿאַר־מלחמהדיקער תּקופֿה, וואָלט מאַיעווסקאַ געוואָלט הערן אויך גבֿית־עדות פֿון אַרעסטאַנטן אין דער קאָמוניסטישער און פּאָסט-קאָמוניסטישער תּקופֿה.
דער רײַכסטער פּאָליאַק, דער מיליאַרדער יאַן קולטשיק, איז געשטאָרבן אין ווין. די סיבה: קאָמפּליקאַציעס נאָך אַ האַרץ־אָפּעראציע. קולטשיק איז געווען 65 יאָר אַלט. קולטשיק, וואָס איז נישט געווען קיין ייִד, איז פֿון דעסטוועגן געווען אַ גרויסער אוהבֿ-ישׂראל.
ער האָט געגעבן דעם גרעסטן אינדיווידועלן בײַשטײַער צו דעם „ייִדישן מוזיי אין וואַרשע‟ — גאַנצע זעקס מיליאָן דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.