דער מלוכיש־סובסידירטער „פֿאָרש־אינסטיטוט פֿון רעליגיע‟ (PRRI) אין וואַשינגטאָן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט, אויפֿן סמך פֿון אַ סטאַטיסטישער פֿאָרשונג, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט מיט אַ יאָר צוריק, לויט וועלכער ניו־יאָרק, באָסטאָן און מיאַמי זענען די „סאַמע ייִדישע‟ צווישן די גרויסע אַמעריקאַנער שטעט, לויטן פּראָצענט פֿון ייִדן צווישן די תּושבֿים.
לויטן באַריכט, באַטרעפֿן די ייִדן אַכט פּראָצענט פֿון די ניו־יאָרקער אײַנוווינער, 6 פּראָצענט פֿון די באָסטאָנער און 5 פּראָצענט פֿון די שטאָטישע תּושבֿים אין מיאַמי. ווײַטער גייען פֿילאַדעלפֿיע און סאַן־פֿראַנציסקאָ, מיט 4 פּראָצענט, און שיקאַגע מיט וואַשינגטאָן, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט 3 פּראָצענט. בסך־הכּל, באַטרעפֿן די ייִדן צוויי פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הגם די ייִדישע קהילה אין לאָס־אַנדזשעלעס איז די צווייט־גרעסטע אינעם לאַנד נאָך ניו־יאָרק, וווינען דאָרטן בלויז 2 פּראָצענט ייִדן.
וואָס שייך די שטאַטן, זענען די „סאַמע ייִדישע‟ צווישן זיי ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי, מיט 6 פּראָצענט ייִדן, דערנאָך — מאַסאַטשוסעטס און מערילענד, מיט 5 פּראָצענט. ווײַטער גייען קאַליפֿאָרניע, קאָנעטיקעט, פֿלאָרידע, אילינוי, ניו־מעקסיקאָ, פּענסילוועניע און ווערמאָנט, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג דערגרייכט 2 פּראָצענט. אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד זענען 4 פּראָצענט פֿון די תּושבֿים ייִדן; אין די אַנדערע פֿיר ראַיאָנען באַטרעפֿן זיי בלויז 1 פּראָצענט.
דער אַנאַליז איז באַגרינדעט געוואָרן אויף בערך 52,700 טעלעפֿאָן־אינטערוויוען, וואָס דער אינסטיטוט האָט געזאַמלט אינעם יאָר 2014. ווי מע האָט אויסגעפֿונען, זענען די קאַטוילן די גרעסטע רעליגיעזע גרופּע אין 15 פֿון די 30 גרעסטע שטאָטישע ראַיאָנען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 10 אַנדערע געגנטן באַשטייט דער גרעסטער כּמו־רעליגיעזער סעקטאָר פֿון די, וואָס האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי זענען נישט קיין אָנהענגער פֿון קיין קאָנקרעטער רעליגיע. אין זעקס ראַיאָנען שטייען די עוואַנגעלישע ווײַסע פּראָטעסטאַנטן אויפֿן שפּיץ. אַטלאַנטע איז די איינציקע גרויסע שטאָט אינעם לאַנד, וווּ די גרעסטע רעליגיעזע גרופּע זענען שוואַרצע פּראָטעסטאַנטן.
ס׳זעט אויס, אַז די סאַמע וועלטלעכע שטאָט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז פּאָרטלענד, אָרעגאָן. 42 פּראָצענט פֿון די אײַנוווינער האָבן געענטפֿערט, אַז זיי געהערן נישט צו קיין רעליגיעזער גרופּע. די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿן דאָרט 2 פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.