די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער „נאַציאָנאַלער אינסטיטוט פֿון חורבן־שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון עליע וויזעל‟ אין רומעניע, פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג פֿון אַ טויזנט דערוואַקסענע רומענער, וועלכער האָט געוויזן, אַז כּמעט אַ פֿערטל פֿון די אויסגעפֿרעגטע ווילן נישט האָבן קיין ייִדישע תּושבֿים אין זייער לאַנד.
דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין יולי, דורכן „צענטער פֿאַר מיינונג־ און מאַרק־שטודיעס‟. 11 פּראָצענט רומענער האָבן געטענהט, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ „פּראָבלעם‟ פֿאַר רומעניע, און 22 פּראָצענט האָבן געזאָגט, אַז זיי וואָלט געוואָלט זען בלויז ייִדישע טוריסטן, נישט קיין תּושבֿים, אין זייער לאַנד.
פֿאַרן חורבן, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין רומעניע באַטראָפֿן מער ווי 750,000 נפֿשות. אונטערן פּראָ־נאַציסטישן רעזשים פֿון יאָן אַנטאָנעסקו, האָבן די אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן געהאָלפֿן די נאַציס צו פֿאַרניכטן בערך אַ העלפֿט פֿון די אָרטיקע ייִדן. דערצו, האָבן די רומענישע זעלנער אויסגעהרגעט 120,000 ייִדן אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע.
כּמעט דרײַ פֿערטל פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן געענטפֿערט, אַז זיי האָבן געהערט וועגן דעם ייִדישן חורבן. דאָס איז אויף 12 פּראָצענט גרעסער, ווי לויט אַ פֿריִערדיקן באַריכט פֿונעם יאָר 2007. בלויז אַ דריטל רומענער גלייבן אָבער, אַז זייער לאַנד האָט אויך אַ שײַכות צום נאַצי־גענאָציד. בלויז 19 פּראָצענט פֿון די, וואָס ווייסן יאָ וועגן דעם אומקום פֿון די רומענישע ייִדן, מיינען, אַז אַנטאָנעסקוס רעגירונג טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דעם. אַדרבה, 54 פּראָצענט האָבן זיך גוט אָפּגערופֿן וועגן דעם דאָזיקן „פּאַטריאָטישן‟ פֿירער.
הײַנט זענען אין רומעניע געבליבן ווייניק ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. ס׳רובֿ פֿון די, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, האָבן עמיגרירט. די קליינע אָרטיקע ייִדישע קהילה פֿון עטלעכע טויזנט נפֿשות איז קאָנצענטרירט, על־פּי־רובֿ, אין בוקאַרעשט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.