דער תּחום־המושבֿ: מיט אַ יאָהונדערט צוריק

The Pale of Jewish Settlement: a Century Ago


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 07, 2015, issue of September 04, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ווער זײַנען געווען די דאָזיקע בר־מזלס? קודם־כּל, גאָר רײַכע לײַט, וועלכע האָבן געהערט צו „סוחרים פֿון דער ערשטער גילגיע‟. עס זײַנען געווען אויך — ממש געציילטע — ייִדן, וואָס האָבן געהערט צו דער אַריסטאָקראַטיע. דערצו האָט די מלוכה „סעלעקטיוו אינטעגרירט‟ אַלע לײַט מיט אַ העכערער בילדונג. געוויסע קאַטעגאָריעס פֿון הויך־קוואַליפֿיצירטע בעל־מלאכות און אָפּגעדינטע זעלנער האָבן אויך געהאַט די רעכט צו פֿאַרלאָזן דעם תּחום. אָבער — איך חזר איבער — די צאָל פֿון אָט די אַלע פּריוועליגירטע ייִדן איז געווען בסך־הכּל רעלאַטיוו ניט הויך.

די פֿראַגע פֿון אָפּשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ איז געווען אַן אָנגעווייטיקטע. פּראָגרעסיווע קרײַזן אין רוסלאַנד האָבן זי ניט איין מאָל געבראַכט צום טיש. אין יאָר 1911 איז אַ פּראָיעקט פֿון אַ געזעץ וועגן מבֿטל זײַן די דאָזיקע באַגרענעצונג אַרײַנגעטראָגן געוואָרן אין דער דומע (פּאַרלאַמענט), אָבער קיין טאָלק איז פֿון דער איניציאַטיוו ניט אַרויס. דער ענין האָט זיך אַ רוק געטאָן נאָר בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען מע האָט געמוזט עפּעס טאָן מיט דעם גרויסן שטראָם ייִדן, וואָס האָבן אָדער אַליין אָדער בגוואַלד (באַשולדיקט אין העלפֿן די דײַטשן) פֿאַרלאָזט די מערבֿ־געגנטן פֿון לאַנד, וווּ עס האָט געברענט דער מלחמה־פֿײַער.

פּונקט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין אויסגוסט 1915, האָט די רעגירונג באַשלאָסן, אַז מע מוז דערלויבן די ייִדישע פּליטים זיך צו באַזעצן אויך אין די „עכט‟ רוסישע גובערניעס. דאָס האָט ניט געמיינט, אַז דער תּחום־המושבֿ איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן. ער איז פּשוט אַ סך קלענער געוואָרן, ווײַל מאָסקווע, פּעטערבורג, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע געגנטן זײַנען, ווי פֿריִער, פֿאַרבליבן געשלאָסן פֿאַר ייִדן. אָבער דער באַשלוס פֿון אויגוסט 1915 האָט סײַ־ווי־סײַ איבערגעלאָזט זייער טיפֿע שפּורן אין רוסיש־ייִדישן לעבן. קודם־כּל, האָט זיך שטאַרק געביטן דאָס דעמאָגראַפֿישע בילד פֿון דער באַפֿעלקערונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די איבערוואַנדערונג האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין פּערזענלעכע לעבנס־געשיכטעס. (זעט, אַ שטייגער, yiddish.forward.com/articles/189632/and-the-russian-frost-led-the-way) וואָס שייך דעם תּחום־המושבֿ, איז ער אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן אין מאַרץ 1917. אָפּגעשאַפֿן האָט אים די ערשטע רעוואָלוציע אין יענעם יאָר — די וועלכע האָט פֿאַרוואַנדלט רוסלאַנד פֿון אַ מאָנאַרכיע אין אַ דעמאָקראַטישער רעפּובליק.