אַ שאָד, וואָס „סוירקל לאַדזש‟ דויערט בלויז איין וואָך

Too Bad Circle Lodge Lasts Just One Week


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 07, 2015, issue of September 04, 2015.

אַמאָל האָבן מיר פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט ייִדישע זומער־קאָלאָניעס. דער דערפֿאָלגרײַכסטער פֿון זיי אַלע איז געווען קעמפּ בויבעריק, אונטער דער השגחה פֿונעם ייִדישן פּעדאַגאָג לייבוש לערער.

פֿון זיי אַלע איז אונדז פֿאַרבליבן בלויז „סוירקל־לאַדזש‟, און מיר ציטערן און פֿלאַטערן איבער אים ווי אַרום אַן ערשט געבוירן עופֿעלע.

אַהין קומען זיך צונויף ייִדן פֿון גאַנצן לאַנד, ליבהאָבער פֿון ייִדיש, דאָס מאָל אויף אַן איין און איינציקער וואָך צײַט. דאָ לערנט מען זיך ייִדיש אויף דרײַ־פֿיר מדרגות, פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע.

עס באַטייליקן זיך אין דער לערן־פּראָגראַם אַזעלכע באַקאַנטע דערציִער ווי קאָליאַ באַראַדולין; ער פֿירט אָן נישט נאָר מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג פֿון דער אַרגאַניזאַציע פֿונעם קעמפּ, נאָר אויך מיטן אָנהייבער ייִדיש־קלאַס. זיסל סלעפּאַוויטש, דער טאַלאַנטירטער מוזיקאָלאָג, פֿירט אויך אַ קלאַס פֿאַר מענטשן, וואָס קענען ווייניק ייִדיש. ווען עס קומט צו מײַן ווייניקייט, לערן איך דעם מיטעלען קלאַס, מיט אויסצוגן פֿון ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. שיין בייקער, אַ יחיד במינו, שפּילט אויס דעם העכערן ייִדיש־קלאַס מיט אַלע פּיטשווקעס, און חוה לאַפּין איז די ייִדיש־מומחהטע, זי לערנט ייִדיש מיטן אַוואַנסירטן קלאַס; דער עיקר — ייִדישע, קלאַסישע ליטעראַטור, אָנגעפּיקעוועט מיט רבניש לשון, אַרײַנגערעכנט לשון־קודש טערמינאָלאָגיע. יעדערער פֿון אונדז האָט פֿולע קלאַסן.

אַחוץ דעם קומען פֿאָר כּמעט יעדן אָוונט קאָנצערטן, מיטן אָנטייל פֿון אַזאַ באַגאַבטער זינגערין ווי דניאלה ראַבאַני; די גאָר פֿעיִקע מרים חיה סיגל, וועלכע שרײַבט אויך אייגענע, מחיהדיקע ייִדישע לידער, און זשעניאַ לאָפּאַטניק, מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדיש־רוסיש־אוקראַיִנישע לידער, אַ יוצא־מן־הכּלל.

ס’רעשט פֿאַרווײַלונג קומט פֿון אייגענע טאַלאַנטן. מיטן טעאַטער־וואַרשטאַט האָט זיך פֿאַרנומען מאָטל דידנער.

דאָס טײַכל אין דער זומער־קאָלאָניע איז מחיהדיק און לאַגאָדנע, און דערצו איז מען געווען געבענטשט מיט צוויי שווים־באַסיינען. ווער קען זיך ווינטשן עפּעס בעסערס? און איצט לאָמיר זיך ווענדן צו דעם עולם, וואָס קומט יאָר אײַן יאָר אויס הנאה האָבן פֿון דער ייִדיש־וואָך, צי ייִדיש־לאַנד? ווי מ’זאָל עס נישט רופֿן טוט מען טועם זײַן פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה. דער אַמאָליקער יונגער און מיטליאָריקער עולם האָט זיך מיט דער צײַט פֿאַרעלטערט…

די רונדיקע טישלעך אין עס־זאַל זײַנען תּמיד פֿול, אַרומגעזעצט מיט געסט און יונגע מענטשן אויף באַזוך. מ’סערווירט זיך אַליין, באַלאַגערנדיק די אכילה־טישן דרײַ מאָל אַ טאָג.

דער עיקר, באַקענט מען זיך מיט נײַע געסט, מ’שמועסט, מ’באַטשקעט, מ’באַרעדט, מ’דערמאָנט זיך, מ’דערקענט זיך, מ’דערוויסט זיך ווער ס’וווינט שוין אין פֿלאָרידע און ווער ס’האַלט שוין מער נישט אויס פֿון די שרעקלעכע ווינטערס אין און אַרום ניו־יאָרק.

אונדזער טיש איז געווען דער לאַכעדיקסטער טיש, ווי אַלעמאָל. יאָרן לאַנג קומען מיר זיך צונויף, גוטע פֿרײַנד, ייִנגער און עלטער ס’מאַכט נישט אויס, מיר קומען זיך צונויף הנאה האָבן פֿון אונדזער אייגענער געזעלשאַפֿט און פֿון דער הנאה פֿון כאָכאָטשען.

יעדן פֿרימאָרגן, אַרום זיבן אין דער פֿרי בין איך שוין אין דרויסן כאַפּן אַ שפּאַציר, דער עיקר — אויף מיט ווײַסן קרײַד אָנגעוויזענע וועגן, וווּ מע קען סײַ לויפֿן, סײַ גיין פּאַוואָליע.

ווי נאָר דער זייגער האָט אויסגעקלאַפּט זיבן, פֿלעגט איין פּאָרל געסט לויפֿן. זי, אין די פֿריִע זיבעציקער, פֿלעגט לויפֿן און אויסדעכען פֿון זיך די נשמה; ער, עלטער פֿון איר, פֿלעגט מאַכן אַ שנעלן מאַרשרוט נאָך איר, שוין אַביסל פּאַמעלעכער. ביידע האָבן יעדן פֿרימאָרגן אַוועקגעלייגט קילאָמעטראַזשן לויפֿנדיק און גייענדיק, אַזוי יעדן פֿרימאָרגן אויספֿילן די געזונט־פֿאָדערונג פֿון פֿיזישער איבונג.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן אַ מעשׂה גייט עס נישט. וויסנדיק אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן עולם וואָס לייענט דעם פֿאָרווערטס, פֿלעגט מען מיך באַלאַגערן מיט אויסטערלישע געשיכטעס, וואָס ליגן שוין ערגעץ פֿאַרבאָרגן אין מײַן זכּרון. האָבנדיק אַן אויער, און אַ ציל דאָס צו באַשרײַבן, שילדערן דאָס אויסטערלישע, פֿלעג איך דאָס פּרובירן צו פֿאַרגעדענקען.

האָט מיך איין ייִדענע פּאַצאַפּעט, געהייסן זיצן און צולייגן אַן אויער, ווײַל דאָס וואָס זי גייט מיר דאָ דערציילן האָב איך זיכער נישט געהערט. איך בין אַלעמאָל גרייט צו הערן עפּעס אינטערעסאַנטס. האָט מען זיך אַוועקגעזעצט אין וולאַדעק־פּאַרק, אַ טייל פֿונעם קעמפּ, און זי האָט זיך באַקוועם געמאַכט אויף אַ באַנק לעבן מיר און גענומען דערציילן:

„איך געהער צו אַ ייִדיש־קלוב ערגעץ אין ניו־דזשוירזי, דאָרט קומט מען זיך צונויף צו רעדן ייִדיש, צו לייענען אַ ייִדישע צײַטונג, טיילן זיך מיט די לעצטע נײַעס און הנאה האָבן איינס פֿונס אַנדערן.

„האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז מיט יאָרן צוריק — דערציילט זי מיר — האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרבעטן יצחק באַשעוויס־זינגערן צו איינעם פֿון אונדזערע אונטערנעמונגען, אויף צו הערן זײַנס אַ פֿאָרטראַג. מען האָט זיך משווה געווען מיט אים אויף זיבן הונדערט און פֿופֿציק דאָלער פֿאַר זײַן אויפֿטריט, און אַלץ איז צוגעגאַנגען ווי געשמירט.

העלפֿט גאָט און אַ טאָג פֿאַר זײַן אויפֿטריט בײַ אונדז, האָט באַשעוויס־זינגער באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, מיט אַ שׂכר מסתּמא פֿון אַ מיליאָן דאָלער אָדער מער, גיי פֿאַרגלײַך עס מיטן נעבעכדיקן שׂכר וואָס מיר האָבן אים צוגעזאָגט.

אַלע זײַנען שוין געווען זיכער, אַז דער נאָבעלירטער, פּרעמירטער נאָוועליסט און דערציילער פֿון נעכטיקע נישט־טאָגן וועט זיך איצט נישט לאַסטשען אויפֿן געהאַלט, וואָס מיר האָבן אים צוגעזאָגט. האָט איינע פֿן אונדז באַשלאָסן יאָ צו קלינגען צו אים און דערמאָנען אים אין אונדזער אָפּמאַך.

צו אַלעמענס שטוינונג האָט באַשעוויס איר געזאָגט אַז ער איז אַ וואָרטס־מאַן, אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט, איז ווי אַ תקיעת־כּף, אַ הייליק ערן־וואָרט. און ער איז געקומען צו דער צײַט און צו דער רגע.‟

נאָכן אויסהערן אָט די מעשה, בין איך געווען אין זיבעטן הימל, ווײַל די שמועה אין גאַס איז אַלעמאָל געווען אַז אײַזיק באַשעוויס־ײַנגער איז אַ גרויסער קמצן, אַ קאַרגער פּאַרשוין, סײַ ער סײַ זײַן ווײַב אַלמאַ, זיי האָבן זיך נישט פֿאַרגינען דאָס לעבן. יאָ קאַרגער נישט קאַרגער, זײַן וואָרט איז געווען שטאַרק אײַזן, און דערפֿאַר מוז מען אים מוחל זײַן.

איז לאָמיר האָפֿן, צו טרעפֿן זיך מיט אַלעמען איבעראַיאָר אין דער איינציקער ייִדישער זומער־קאָלאָניע פֿון אַרבעטער־רינג און זיך ווידעראַמאָל אַזוי גוט פֿאַרווײַלן ווי ס’לעצטע יאָר. אמן! ואמן!

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5