די „דאַיאַ‟ האָט זיך געװאָנדן צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג דורך זייער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס מיט דער פֿראַגע, צי זייער אָפּמאַך מיט איראַן װעט נישט קאַליע מאַכן די אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין פֿון 1994.
דאָס אייגענע האָט דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן געפֿרעגט. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אָפֿיציעל געענטפֿערט, אַז בשום־אופֿן וועט זייער אָפּמאַך נישט שטערן, און אַז אַכמעד װאַהידי װעט נישט אַראָפּגענומען װערן פֿון די זוכענישן פֿון אינטערפּאָל. זי האָט אויך געפֿאָדערט בײַ דער אַרגענטינער רעגירונג זי זאָל, מיט אַלע מיטלען, פֿאַרשטאַרקן די אויספֿאָרשונגען, װאָס שלעפּן זיך שוין 21 יאָר און געפֿינען די שולדיקע פֿונעם אַטענטאַט.
די „דאַיאַ‟ האָט אויסגעדריקט איר צופֿרידנקייט פֿאַרן ענטפֿער, אָבער די רעגירונג האָט זיך נאָך דערװײַל נישט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם ענין.
אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען פֿון די 90 יאָר פֿון דער גרינדונג פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים, האָבן די אַרגענטינער פֿרײַנד פֿון דעם אַנשטאַלט אָרגאַניזירט אַ לעקציע פֿון ד״ר גוסטאַװאָ פּערעדניק, לעקטאָר אין ירושלים, װעלכער האָט אַנאַליזירט דעם אַמעריקאַנער אָפּמאַך מיט איראַן, און זײַנע אויספֿירן זײַנען געװען אַז סײַ ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע און, דער עיקר, אַרגענטינע, װעלן לײַדן פֿון אָט דעם אָפּמאַך.
די קהילה און „עמיחי‟ האָבן אָנגעהויבן דעם 3טן יולי „דור 6.0‟ — אַ נײַע פּראָגראַם פֿאַרן עלטערן דור. די ערשטע טעמעס װאָס מען װעט באַהאַנדלען זײַנען „דערציילן מעשׂיות‟, אַ פֿאָרעם פֿון דערציילן די געשיכטע פֿון יעדן איינעם, און אַזוי קענען איבערגעבן דעם ייִנגערן דור די איבערלעבונגען, װאָס װעלן באַרײַכערן די טראַדיציעס; „פֿילאָסאָפֿיע פֿאַרן עלטערן מוח‟, װי אַ װעג צו באַװעגן געדאַנקען, און „איבונגען פֿאַרן קערפּער און דער נשמה‟, מיט שפּאַצירן, גימנאַסטיק און צוגעפּאַסטע פֿאַרמעסטן. די באַטייליקונג האָט איבערגעשטיגן אַלע דערװאַרטונגען.
אין דעם „אוניװערזיטאַרן צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ האָט מאַלענאַ טשינסקי געהאַלטן אַ לעקציע און אַ װאַרשטאַט װעגן איר באַזוך אין פּוילן. די טעמע איז געװען „זכּרון און ייִדיש לעבן אין פּוילן 70 יאָר נאָך אוישװיץ‟, און זי האָט זיך געטיילט מיט אירע איבערלעבונגען אינעם קאָנגרעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק אין װאַרשע, װוּ זי איז פֿאַרבעטן געװאָרן דורכן „אוישװיץ ייִדישן צענטער‟. זי האָט אויך אַנאַליזירט װאָס מיינט די אַזוי גערופֿענע „אויפֿלעבונג‟ פֿון ייִדישן לעבן און די ייִדישע קולטור אין פּוילן. מאַלענאַ שרײַבט איר דאָקטאָראַט אויף ייִדישער טעמאַטיק און איז אַן אַװאַנסירטע סטודענטע פֿון ייִדיש אין אַרגענטינער ייִװאָ.
אינטענסיװ גייען אָן די צוגרייטונגען צום נאַציאָנאַלן צוזאַמענקום פֿון מינדערהייטן און געמיינדעס, װאָס די בוענאָס־אײַרעסער מוניציפּאַליטעט אָרגאַניזירט סוף אויגוסט. די קהילה, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס, האָבן מאָנטיק, דעם 3טן אויגוסט, זיך געטראָפֿן אין קהילה־בנין צו קאָאָרדינירן די טעטיקייטן פֿאַר אַן אָרגאַניזירטער צוזאַמענאַרבעט, װאָס זאָל אָפּשפּיגלען די בײַטראָגן פֿונעם ייִשובֿ פֿאַר דער שטאָט.
די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט אין אירע „לאַנד-נײַעסן‟ דערמאָנט די גרינדונג פֿון ייִװאָ אין װילנע, דעם 7טן אויגוסט 1925, און נ. שטיפֿן װי איינער פֿון די איניציאַטאָרן.
אויך די צײַטונג „עיתּון גדול‟ האָט דערמאָנט די גרינדונג פֿון ייִװאָ און אָפּגעגעבן אַ ספּעציעל פּלאַץ אויך פֿאַר טשיונע סוגיהאַראַ, דער יאַפּאַנער קאָנסול, װאָס איז געשטאָרבן דעם 31סטן יולי 1986, און האָט געראַטעװעט אַ 6,000 ייִדן בעתן חורבן. ער איז אָנגעקומען אין קאָװנע אין 1939 און האָט צוגעשטעלט די װיזעס, װאָס האָבן דערמעגלעכט ייִדן זאָלן געפֿינען שוץ אין פֿאַרשיידענע לענדער. נאָכן קריג איז ער צוריקגעקומען קיין יאַפּאַן און איז אָפּגעזאָגט געװאָרן פֿון זײַן אַרבעט.
אין עלטער פֿון 93 יאָר איז געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס, דעם 25סטן יולי, דער קאַטוילישער בישאָף לעאָפּאָלדאָ פּאָאָלי, װאָס איז געװען דער פּיאָנער פֿון ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג אין אַרגענטינע. ער האָט צוזאַמען מיט קאָנסערװאַטיװע גײַסטלעכע פֿירערס און מיט דער „בני־ברית‟ אָנגעהויבן מיט אַ 50 יאָר צוריק די טעטיקייטן, װאָס גייען־אָן ביזן הײַנטיקן טאָג מיט גרויס דערפֿאָלג.
די אַרגענטינער דניאל בײַקאָװיטש און װאַלטער זיינאָל האָבן געװוּנען די ערשטע מעדאַלן פֿאַר אַרגענטינע אין די בערלינער מכּבי־פֿאַרמעסטן. אין פֿוסבאָל האָט די אַרגענטינער יוגנט־מאַנשאַפֿט באַזיגט דײַטשלאַנד, 0—3.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.