ס׳רובֿ שולן דערלויבן נישט די תּלמידים צו ניצן סמאַרטפֿאָנס אָדער מאָבילקעס אין קלאַס אָבער אינעם חסידישן שטעטל קרית־יואל, ניו־יאָרק, וואָרנט מען אויך די עלטערן נישט צו ניצן די סמאַרטפֿאָנס. סוף־יולי האָט מען צעשיקט אַ קאָמוניקאַט צו אַלע משפּחות אין דער סאַטמערער קהילה, 50 מײַל צפֿון פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, און דערבײַ געסטראַשעט, אַז זייערע קינדער וועלן נישט אָנגענומען ווערן אין דער אָרטיקער ישיבֿה, טאָמער וועלן די עלטערן נישט פֿאָלגן אַ צאָל באַגרענעצונגען וואָס שייך דעם סמאַרטפֿאָן. דאָס נײַע שוליאָר הייבט זיך אָן דעם 16טן אויגוסט.
צווישן די פֿאָדערונגען: מאַנסבילן מעגן ניצן אַ סמאַרטפֿאָן אויב ס׳איז נייטיק פֿאַר פּרנסה, און אויב יאָ — איז בלויז מיט אַ פֿילטער. די פֿרויען טאָרן בכלל נישט ניצן קיין סמאַרטפֿאָן; בלויז אַ פּשוטע מאָבילקע, וואָס איז נישט פֿאַרבונדן מיט דער אינטערנעץ. הויז־קאָמפּיוטערס טאָרן אויך נישט האָבן קיין אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג, און אַלע מיטגלידער פֿון דער קהילה מוזן קריגן אַ הסכּמה פֿון אַ רעליגיעזן פֿירער, אַפֿילו פֿאַר יענע „כּשרע‟ מאָבילקעס, וואָס זענען שוין באַקוקט געוואָרן פֿון רבנים.
אויף אַ ספּעציעלן פֿאָרמולאַר, וואָס די שול טיילט אויס, מוזן די עלטערן אויסרעכענען אַלע עלעקטראָנישע מכשירים, וואָס געפֿינען זיך אין זייער הויזגעזינד, און ווי אַזוי מע באַניצט זיי (צום בײַשפּיל: בלויז פֿאַר בליצפּאָסט; אינטערנעץ מיט אַ פֿילטער, אאַז״וו). דערצו מוזן די עלטערן אונטערשרײַבן אַן אַפֿידייוויט („געשוווירענע‟ באַשטעטיקונג), אַז זייערע מאָבילקעס און סמאַרטפֿאָנס שטימען מיט די תּקנות פֿון דער קהילה און דער ישיבֿה.
„נעמט אין אַכט — שטייט אינעם בריוו — די תּקנות גייען אַרײַן אין פֿולן קראַפֿט דעם קומענדיקן ר״ח אלול, זונטיק שופֿטים הבעל״ט, אויפֿן נײַעם לערן־יאָר בשעטום [בשעה טובֿה ומוצלחת]… געדענקט: מיר וועלן נישט קענען אַרויסגעבן קיין אײַנטריט־קאַרטלעך אויב ס׳איז נישט מסודר מיט די טעכנאָלאָגישע תּקנות.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.