(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס’וואָרט „באַנק“ האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. אויף ייִדיש זיצט מען דאָך אויף אַ באַנק; אויף דײַטשיש זיצט מען אויך אויף אַ Bank. ס’וואָרט איז פֿון דײַטשיש אַרײַן אין פֿראַנצייזיש (banc), איטאַליעניש (banco) אאַז״וו. בײַ די איטאַליענער האָט מען אַריבערגעטראָגן ס’וואָרט אויף דער באַנק, וווּ ס’פֿלעגן זיצן חלפֿנים, אָדער אויפֿן טיש — וווּ זיי פֿלעגן אַרבעטן. מיט דער צײַט איז פֿון די חלפֿנים אַרויסגעוואַקסן די אינסטיטוציע וואָס לײַט געלט, ד״ה, אַ באַנק. פֿון „באַנק“ נעמט זיך אויך „באַנקראָט“ און „באַנקראָטירן“, פֿונעם איטאַליענישן banca rotta ‘צעבראָכענע באַנק’. אויף מאַמע־לשון זענען דאָ אַ גרעסערע צאָל סינאָנימען, למשל: אָנזעצן, שטעלן זיך, מאַכן קוממיות (ד״ה, שטעלן זיך אויף די הינטערשטע פֿיס, אַזוי ווי אַ פֿערד). אין מערבֿדיקן ייִדיש (פֿון דײַטשלאַנד און אַרום) האָט מען געזאָגט „מאַכן פּליטה“, וואָס אין אונדזער ייִדיש איז עס טײַטש „אַנטלויפֿן“.
נאָך אַן עיקרדיק וואָרט איז „אינטערעס“, וואָס אויף לאַטײַניש איז געווען טײַטש „ס’איז וויכטיק“. דורך פֿראַנצייזיש איז ס’וואָרט אַרײַן אין אַ סך אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אינעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“ גיט מען אָן די הײַנטצײַטיקע טײַטשן: „גרייטקייט אויפֿצונעמען; דאָס וואָס ס’איז ניצלעך; חלק אין אַ געשעפֿט; עסק, ענין“. אויף ענגליש איז ס’וואָרט interest טײַטש, צווישן אַנדערן, „פּראָצענטגעלט“; אויף פּויליש זענען interesy „געשעפֿטן“.
טענות צו ייִדן צוליב זייער כּלומרשיקער געלטגײַציקייט האָט פּאַראָדירט דער גרויסער סאַטיריקער יוסף טונקל (דער טונקעלער) אין זײַן „קאָן: אַן אַנטיסעמיטישער רעפֿעראַט“ (Kon איז דער פּוילישער אויסלייג פֿון דער פֿאַמיליע „כּהן“). לויטן רעדנער איז קלאָר, אַז ייִדן זענען געלטגײַציק, ווײַל אַזוי פֿיל פֿינאַנציעלע טערמינען האָבן אין זיך „קאָן“: קאָנקורענץ, קאָנסאָלידאַציע, קאָנצעסיע, קאָנטע, קאָנטראָל, קאָנטראַבאַנדע. אין דער אמתן, פֿאַרשטייט זיך, נעמען זיך די אַלע ווערטער פֿון לאַטײַן.
איז אויב מע וועט אַ מאָל לאָזן פֿאַלן אַ וואָרט וועגן ייִדן און געלט, קענט איר אָנווײַזן אויף די אַלע דאָ דערמאָנטע פֿאַקטן און אויספֿירן, אַז אין געלט זענען אַ סך מער אַרײַנגעטאָן די אַלטע רוימער, די איטאַליענער און די פֿראַנצויזן. אָט האָסטו דיר!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.