ווײַסרוסן פֿאַרליבט אין ייִדיש

Belarusians With a Fondness for Yiddish

״מאָװאַ״ אין מינסק״וויקטאָר מאַרצינאָוויטש שרײַבט אונטער עקזעמפּלאַרן פֿון זײַן ראָמאַן „מאָוואַ‟ אין מינסק
״מאָװאַ״ אין מינסק״וויקטאָר מאַרצינאָוויטש שרײַבט אונטער עקזעמפּלאַרן פֿון זײַן ראָמאַן „מאָוואַ‟ אין מינסק

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 09, 2015, issue of September 04, 2015.

פֿאַרן חורבן האָט די װײַסרוסישע שפּראַך און קולטור אַרױסגערופֿן אַ היפּשן אינטערעס און סימפּאַטיע צװישן ייִדישע קולטור־טוער. די דאָזיקע טענדענץ זעט מען, קודם־כּל, אין דער דיכטונג פֿון משה קולבאַק און זײַן װילנער נאָכפֿאָלגער, אלחנן װאָגלער. אין זײערע לידער האָבן קולבאַק און װאָגלער באַזונגען די װײַסרוסישע לאַנדשאַפֿט און אירע תּושבֿים, דעם פּראָסטן און נאַטירלעכן לעבנסשטײגער פֿון ייִדישע און װײַסרוסישע פּױערים. װאָגלער האָט באַשריבן זײַן קרובֿהשאַפֿט מיטן לאַנד פֿון רײַסן און ליטע מיט אַ געװיסן אומעט׃ „צום באַדױערן, קאָן איך ניט אַװעקפֿליִען פֿון מײַן געבױערן־לאַנד — דעם שװאַרצן טרױער.‟

נאָך אין 1913 האָט די װילנער צײַטשריפֿט „די ייִדישע װעלט‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿונעם װײַסרוסישן כּלל־טוער אַנטאָן לוצעװיטש, „אונדזערע שכנים‟, װאָס האָט באַקענט דעם ייִדישן עולם מיט דער װײַסרוסישער נאַציאָנאַלער באַװעגונג. צװישן די טוער פֿון דער װײַסרוסישער קולטורעלער און נאַציאָנאַלער אױפֿלעבונג זײַנען אױך געװען ייִדן, אַזעלכע װי דער שרײַבער זמיטראָק ביאַדוליאַ (שמואל פּלאַװניק). חיים זשיטלאָװסקיס ברודער שמואל איז געװען דער מיניסטער פֿאַר ייִדישע ענינים אין דער רעגירונג פֿון דער װײַסרוסישער פֿאָלקס־רעפּובליק, װאָס איז געװען טעטיק אין דעם אָנהײב 1920ער יאָרן אין קאָװנע. און דער כּלל־טוער יצחק לוריע האָט צוגערופֿן ייִדן צו שטיצן װײַסרוסלאַנד װי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה װאָס װעט זײ געבן אַ ברײטערע אױטאָנאָמיע אײדער פּױלן אָדער רוסלאַנד.

אין די צװאַנציקער יאָרן, אונטער דער סאָװעטישער שליטה, איז װײַסרוסלאַנד געװען אַן אוניקאַלער מוסטער פֿון „מולטי־קולטוראַליזם‟. די װײַסרוסישע סאָװעטישע רעפּובליק האָט געהאַט פֿיר אָפֿיציעלע שפּראַכן: װײַסרוסיש, פּױליש, ייִדיש און רוסיש. ייִדיש איז געװען אַ גערעדטע שפּראַך אױף די גאַסן פֿון װײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך — און ניט נאָר צװישן ייִדן. אָבער שפּעטער, מיט דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון סטאַלינס דיקטאַטור, האָט די סאָװעטישע מאַכט אָפּגעשאַפֿן דעם דאָזיקן פּלוראַליזם. אַ סך װײַסרוסישע און ייִדישע כּלל־ און קולטור־טוער זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן, צװישן זײ — משה קולבאַק, װעלכער האָט זיך אַריבערגעצױגן פֿון פּױלישן װילנע קײן סאָװעטישן מינסק.

נאָך דער מלחמה איז װײַסרוסלאַנד געװען די סאַמע רוסיפֿיצירטע צװישן סאָװעטישע רעפּובליקן. עד־היום רעדט מען דאָ כּמעט נאָר רוסיש, און בלױז אין אײניקע דערפֿישע מערבֿדיקע ראַיאָנען קאָן מען צומאָל הערן דאָס רײנע װײַסרוסישע לשון. װײַסרוסיש איז אָפֿיציעל אָנערקענט װי אַ מלוכישע שפּראַך פֿון דער רעפּובליק בעלאַרוס בײַגלײַך מיט רוסיש, אָבער די איצטיקע רעגירונג קוקט מיט אַ חשד אױף יונגע לײַט, װאָס סטאַרען זיך אױפֿלעבן זײער מאַמע־לשון. װײַסרוסיש איז געװאָרן אַ סימן פֿון דער דעמאָקראַטישער אָפּאָזיציע צו דעם דיקטאַטאָרישן רעזשים פֿון פּרעזידענט אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ.

אײניקע יחידים צװישן דעם יונגן דור פֿון דער װײַסרוסישער אינטעליגענץ האָבן אַ שטאַרקן אינטערעס און ליבע צו ייִדיש, װאָס זײ האַלטן פֿאַר אַ װיכטיקן טײל פֿון דער װײַסרוסישער קולטור־ירושה. דער גרעסטער אױפֿטו איז דאָס ייִדיש־װײַסרוסישע װערטערבוך, װאָס נעמט אַרײַן אַ סך זעלטענע ייִדישע װערטער פֿונעם װײַסרוסיש־ליטװישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. אַלעס אַסטראַוך, דער מחבר פֿונעם דאָזיקן װערטערבוך, האָט אָפּגעגעבן דער דאָזיקער אַרבעט עטלעכע יאָר פֿון זײַן לעבן. דער מוזיקער אַלעקסײ זשבאַנאָװ (װאָס דינט װי אַ װײַסרוסישער דיפּלאָמאַט אין בערלין) האָט צוגעגרײט אַ פּראָגראַם מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער אױף װײַסרוסיש. און די נײַע אױסגאַבע פֿון משה קולבאַקס „זעלמעניאַנער‟ אױף װײַסרוסיש איז שױן אױספֿאַרקױפֿט אין מינסקער ביכער־קראָמען.

מיט װאָס זשע ציט ייִדיש די יונגע װײַסרוסישע אינטעליגענץ? בײדע שפּראַכן האָבן אַן ענלעכן גורל. סײַ ייִדיש און סײַ װײַסרוסיש האָט מען לאַנג ניט געהאַלטן פֿאַר אַן עכטע שפּראַך, נאָר פֿאַר אַ „זשאַרגאָן‟, אַ פֿאַרקאַלעטשעטן דײַטש, רוסיש אָדער פּױליש. איצט זוכט מען אין אָט דער פֿאָלקסשפּראַך אַ מיטל פֿאַר בױען אַן אַלטערנאַטיװע מאָדערנע נאַציאָנאַלע קולטור, װאָס װעט זײַן אײַנגעװאָרצלט אין דער פֿאָלקס־ירושה און דערבײַ באַרײַכערט ווערן דורך די הײַנטיקע װעלט־שטראָמונגען. ייִדיש און װײַסרוסיש זײַנען געװאָרן פּאָפּולער אין געװיסע קרײַזן, װאָס שטעלן זיך אַנטקעגן דער קולטורעלער העגעמאָניע פֿון ענגליש און רוסיש. און אױך אײן זאַך האָבן זײ בשותּפֿות: דאָס רובֿ ענטוזיאַסטן פֿון בײדע שפּראַכן האָבן זײ ספּעציעל אױסגעלערנט, װײַל זײ זײַנען אױפֿגעװאַקסן געװאָרן אין אַנדערע קולטורן.

צי קענען ייִדישיסטן עפּעס אָפּלערנען בײַ די װײַסרוסן? קודם־כּל, איז װײַסרוסיש װיכטיק פֿאַר ייִדיש װי אַ מקור פֿונעם סלאַװישן קאָמפּאָנענט. די װײַסרוסישע קולטור העלפֿט בעסער פֿאַרשטײן ניט נאָר דעם פּשט אָבער אױך דעם דרש פֿון דער ליטװאַקישער קולטור. אַ בולטער מוסטער פֿון אַזאַ סינטעז איז די שעפֿערישע און פֿאָרשערישע אַרבעט פֿון דעם מוזיקאָלאָג און מוזיקער זיסל סלעפּאָװיטש; למשל זײַן נײַער אַלבום „רײַסן‟, װאָס באַזירט זיך אױפֿן פֿאָלקלאָרישן מאַטעריאַל.

די װײַסרוסישע ליטעראַטור לעבט דורך אַן אױפֿלעבונג. עס באַװײַזן זיך יונגע טאַלאַנטירטע שרײַבער און דיכטער, צװישן זײ —ייִדן, װאָס קלײַבן בכּיװן אויס װײַסרוסיש װי זײער שפּראַך. זײערע װערק זײַנען פּאָפּולער צװישן דעם מאָדערנעם עולם װײַל זײ באַרירן װיכטיקע עטישע, סאָציאַלע און פּאָליטישע פּראָבלעמען און דערצו זײַנען זיי לעבעדיק אָנגעשריבן. דער טרוקענער װײַסרוסישער הומאָר איז נאָענט צו דעם ליטװאַקישן. דער נײַסטער װײַסרוסישער בעסטסעלער איז דער ראָמאַן „מאָװאַ‟ (די שפּראַך) פֿון װיקטאָר מאַרצינאָװיטש. דאָס איז אַ פֿאַנטאַסטישע אַנטי־אוטאָפּישע מעשׂה װעגן אַ צוקונפֿט, װען כינע האָט שױן אײַנגעשלונגען רוסלאַנד און װײַסרוסלאַנד. די געצײלטע אינטעליגענטן זוכן שפּורן פֿון דער אָפּגעשטאָרבענער װײַסרוסישער שפּראַך װי אַ שטרענג פֿאַרװערטער נאַרקאָטיק, װאָס גיט זײ אַ פּאָר שעה פֿון װילדער הנאָה.

מאַרצינאָװיטש האָט זיך שױן קונה־שם געװען מיט זײַנע פֿריִערדיקע װערק, װאָס זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן. חוץ דעם איז ער אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט און אַ פֿאָרשער פֿונעם װיטעבסקער אַװאַנגאַרד־קונסט פֿון די 1920ער יאָרן, און אַרבעט וו אַ פּראָפֿעסאָר אינעם װײַסרוסישן אוניװערסיטעט אין װילנע. אָבער די צוקונפֿט פֿון װײַסרוסיש װי אַ ליטעראַרישע שפּראַך איז װײַט ניט פֿאַרזיכערט און איז אָפּגעהענגיק פֿון די מסירת־נפֿשדיקע באַמיִונגען פֿון אירע חסידים.