דער הײַנטיקער זומער איז אַ שווערער פּעריאָד פֿאַר עגיפּטישן פּרעזידענט, אַבדעל פֿאַטאַך עס-סיסי. מיט אַ חודש צוריק, במשך פֿון איין וואָך, איז זײַן הויפּט־פּראָקוראָר דערהרגעט געוואָרן אין העליאָפּאָליס, אַ רײַכע פֿאָרשטאָט פֿון קאַיִר, און אַ מיליטאַנטישע גרופּע, וואָס האָט אַ שײַכות צו „אײַסיס‟, האָט דורכגעפֿירט אַ צוויי־טאָגיקן אַטאַק אויף דער שטאָט שייך־זוּווייד אינעם צפֿונדיקן סיני־ראַיאָן.
נישט געקוקט אויף די דאָזיקע טראַגישע געשעענישן, האָט סיסי אויסגעטיילט צוויי שעה, עטלעכע טעג נאָך דער בלוטיקער שלאַכט אין שייך־זוּווייד, צו טרעפֿן זיך מיט אַ דעלעגאַציע פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟ (AJC). דערנאָך, האָט ער דערציילט וועגן דעם צוזאַמענטרעף דער מלוכישער „נײַעס־אַגענטור פֿונעם מיטל־מיזרח‟.
בעת דעם באַגעגעניש, האָבן די דעלעגאַטן געשמועסט וועגן דער טעראָריסטישער סכּנה אינעם ראַיאָן, וועגן די אָפּגעהאַלטענע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע און וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם. די פֿאָרשטייער פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן אויך געבעטן דעם פּרעזידענט אָפּצוהיטן די היסטאָרישע ירושה פֿון ייִדן אין זײַן לאַנד. דזשייסאָן אײַזעקסאָן, דער דירעקטאָר פֿון די מלוכישע און אינטערנאַציאָנאַלע ענינים בײַ AJC, האָט קאָאָרדינירט די דעלעגאַציע. ער האָט באַמערקט, אַז ווען סיסי איז געקומען צו דער מאַכט אין 2013, איז עגיפּטן געוואָרן אַ מער טאָלעראַנט לאַנד.
די באַציִונג פֿון דער עגיפּטישער רעגירונג צו די ייִדן ווערט ביסלעכווײַז פֿאַרבעסערט. מע הייבט אָן חרטה צו האָבן וועגן די נאַציאָנאַליסטישע 1950ער יאָרן, ווען די ייִדישע קהילה און אַנדערע עטנישע מינאָריטעטן האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿונעם לאַנד. אַלץ זעלטענער ווערט דאָס וואָרט „אַ ייִד‟ באַנוצט ווי אַ קללה. נישט לאַנג צוריק, אינמיטן דעם חודש ראַמאַדאַן, האָט מען אויף דער עגיפּטישער טעלעוויזיע געוויזן די דראַמע „ייִדישער קוואַרטאַל‟. די איסלאַמיסטישע „מוסולמענישע ברידער‟ ווערן אינעם דאָזיקן פֿילם געשילדערט ווי אַ גרעסערע זיכערהייט־סכּנה פֿאַר עגיפּטן, ווי די ייִדן און אַפֿילו די ציוניסטן. אין די פֿריִערדיקע יאָרן, האָט מען אינעם ראַמאַדאַן־פּעריאָד כּסדר געוויזן בפֿירוש אַנטיסעמיטישע פֿילמען.
אַמאָל האָבן בערך 75,000 ייִדן געוווינט אין עגיפּטן. אין די 1950ער יאָרן, אונטערן רעזשים פֿונעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט, גאַמאַל אַבדעל נאַסער, האָט מען אָבער אָפּגענומען די בירגערשאַפֿט און האָב־און־גוטס בײַ ס׳רובֿ ייִדן אינעם לאַנד. לויט דעם אָפֿיציעלן חשבון, וווינען הײַנט אין קאַיִר בלויז ווייניקער ווי אַ צענדליק עלטערע ייִדישע פֿרויען. פֿונדעסטוועגן, האָט מאַגדאַ כאַרון, די פֿאָרזיצערין פֿון דער קליינטשיקער קהילה, געעפֿנט אין יולי די שטרענג באַוואַכטע שיל „שער־השמים‟, וואָס שטייט, געוויינטלעך, פֿאַרמאַכט, און האָט דאָרטן דורכגעפֿירט, צוזאַמען מיט די מוסולמענער, אַן „איפֿטאַר‟־אָוונט — די טראַדיציאָנעלע סעודה נאָכן ראַמאַדאַן־פֿאַסטן.
אין יוני, האָט די עגיפּטישע רעגירונג אויסגעקליבן אַ נײַעם אַמבאַסאַדאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, כאַזעם כײַראַט. דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט, מאָכאַמעס מאָרסי, האָט אָפּגערופֿן זײַן שליח פֿון ישׂראל אין נאָוועמבער 2012, נאָך דער אַכט־טעגיקער ישׂראלדיקער מיליטערישער קאַמפּאַניע אין עזה. מיט אַ יאָר צוריק, בעת דער לעצטער עזה־מלחמה, האָט די עגיפּטישע מלוכישע טעלעוויזיע פֿאַרדאַמט די ראַקעט־אַטאַק פֿון „כאַמאַס‟ ווי טעראָר־אַקציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.