אַ גרופּע קאַנאַדישע בירגער אין ישׂראל האָבן אָרגאַניזירט אַ וואַלן־קאַמפּאַניע לטובֿת דעם שטאַרק פּראָ־ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער סטיווען האַרפּער, האָפֿנדיק, אַז ער וועט ווידער געווינען די פֿעדעראַלע וואַלן אין קאַנאַדע, וועלכע וועלן דורכגעפֿירט ווערן אין אָקטאָבער.
דן אילוז, דער סטראַטעגישער קאָנסולטאַנט פֿון דער פֿירמע Di Consulting, וועלכע פֿירט אָן מיט דער קאַמפּאַניע, האָט דערקלערט, אַז די באַטייליקטע אין זײַן פּראָיעקט גלייבן, אַז „האַרפּער איז גוט פֿאַר קאַנאַדע, פֿאַר דער ייִדישער קהילה, פֿאַר ישׂראל און פֿאַר דער וועלט‟. מע פּלאַנירט אָפּצושיקן 10 ישׂראלים, וואָס האָבן אַ קאַנאַדישן פּאַספּאָרט, קיין קאַנאַדע, כּדי זיי זאָלן אָפּשטימען פֿאַר האַרפּערן, און איבערצײַגן די דאָרטיקע ייִדן אים צו שטיצן דורך גאַסן־דעמאָנסטראַציעס און באַגעגענישן מיטן עולם.
דאָס געלט, וואָס די גרופּע זאַמלט, וועט אויסגעגעבן ווערן, כּדי צו באַצאָלן פֿאַר די עראָפּלאַן־בילעטן און צו דינגען די אויטאָס במשך פֿון דער פּלאַנירטער וואָך־לאַנגער קאַמפּאַניע, וואָס מע פּלאַנירן דורכצופֿירן פֿאַר די וואַלן, וואָס וועלן פֿאָרקומען דעם 19טן אָקטאָבער. במשך פֿון 15 טעג, האָט מען דערווײַל געזאַמלט מער ווי 2,000 דאָלאַר פֿון איבער 60 שטיצער. בסך־הכּל, האָפֿן די אָרגאַניזאַטאָרן צו זאַמלען 20,000 דאָלאַר במשך פֿון אַ חודש.
די גרופּע באַדאַנקט דעם איצטיקן קאַנאַדישן פּרעמיער פֿאַר זײַן קאַמף קעגן די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן, קעגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם און לטובֿת ישׂראל אין דער „יו־ען‟. אויפֿן איצטיקן מאָמענט, לויט די אַנומלטיקע באַפֿעלקערונג־אויספֿרעגן, פֿאַרמעסט זיך דער קאָנסערוואַטיווער רעכט־געשטימטער האַרפּער מיט דער לינק־געשטימטער „נײַער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי‟. די פּאָפּולאַריטעט פֿון ביידע פּאַרטייען בלײַבט דערווײַל בערך אויפֿן זעלבן ניוואָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.