איך פּרוּוו זיך דערמאָנען, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל זיך דערוווּסט וועגן דעם 12טן אויגוסט 1952 — איך מיין די עקזעקוציע פֿון ייִדישע שרײַבער און אַנדערע טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַגבֿ, ווי איך האָב שוין געשריבן, איז מיר ניט צום האַרצן דער טערמין, וואָס עמעצער האָט צוגעטראַכט: Night of the Murdered Poets. אין יענעם טאָג זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן דרײַצן מענטשן, אָבער נאָר פֿינף פֿון זיי זײַנען געווען שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ און דוד האָפֿשטיין. דער ברייט־אונטערגעכאַפּטער באַגריף — „די נאַכט פֿון דערמאָרדעטע דיכטער‟, פֿאַרוואַנדלט די איבעריקע אַכט קרבנות אין צווייט־ראַנגיקע פֿיגורן. דאָס איז ניט ריכטיק היסטאָריש און איז פּשוט ניט מענטשלעך.
אָבער — ווידער אַ מאָל: ווען האָב איך זיך דערוווּסט פֿון אָט דער טראַגעדיע? דאָס איז גאָר ניט קיין קלאָץ־קשיא, מחמת אין דער סאָוועטישער מעדיאַ האָט מען דעם 12טן אויגוסט און, בכלל, דעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט קיין מאָל ניט דערמאָנט. די אַלץ־אַרומכאַפּנדיקע סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט פֿון דער אָפֿיציעלער געשיכטע אויסגעמעקט די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע. מע האָט יאָ צו מאָל, בדרך־כּלל, ביז די מיט־1960ער יאָרן, דערמאָנט דעם טראַגישן סוף פֿון דעם אָדער יענעם שרײַבער; אָבער אונטערגעטראָגן פֿלעגט עס ווערן ניט ווי אַ באַזונדערע, ספּעציעל געצילטע גזירה קעגן די ייִדישע קולטור־טוער, נאָר אין דעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס.
קוקנדיק צוריק, בין איך כּמעט זיכער, אַז דער קוואַל פֿון אָט דער אינפֿאָרמאַציע איז געווען מײַן טאַטע, וואָס האָט אין די לעצטע צוועלף יאָר פֿון זײַן לעבן זיך ניט אָפּגעריסן פֿון דעם קליינעם ראַדיאָ, וועלכן מע האָט אים געקויפֿט ווי אַ מתּנה צו זײַן 60סטן געבוירן־טאָג. געהערט האָט ער כּלערליי אויסלענדישע סטאַנציעס, אָבער קודם־כּל די ייִדישע אוידיציעס פֿון „קול־ישׂראל‟. דער גורל פֿון סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ וויכטיקע טעמע פֿון די ראַדיאָ־פּראָגראַמען. אין אויסלענדישע ייִדישע קולטור־קרײַזן האָט מען די דאַטע פֿון 12טן אויגוסט רעגולער אָפּגעמערקט.
אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז נאָר סוף 1989 אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן, אַז דער ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט טאַקע עקזיסטירט. דעמאָלט, ווען דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַליין איז פֿאַרבליבן צו זשיפּען אין גאַנצן איין יאָר, האָט אַן אָפֿיציעלע אויסגאַבע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע אַנטפּלעקנדיקע אַרכיוון־דאָקומענטן. די דאָזיקע פּובליקאַציע האָט דערלויבט אַנדערע סאָוועטישע צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, זיך ווענדן צו אָט דער טעמע. אַ סך מאַטעריאַלן וועגן די אומגעבראַכטע שרײַבער האָט צוגעגרייט חיים ביידער, דער פֿאַרטרעטער פֿון דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
פֿון דעמאָלט אָן זײַנען אַרויס ביכער און אַרטיקלען, וואָס באַשרײַבן און אַנאַליזירן די געשעענישן פֿון סוף 1940ער און אָנהייב 1950ער, און זייער צאָל האַלט אין איין וואַקסן. אָבער די טעמע ווערט ניט אויסגעשעפּט. ניט אַלץ איז קלאָר מיט די מאָטיוון פֿון דער דאָזיקער גזירה. וואָס האָט עס אָפּגעשפּיגלט? וואָס האָט מען געוואָלט דערמיט דערגרייכן?
ס’איז גרינגער פֿון אַלץ צו דעפֿינירן עס ווי אַ סימן, אַז סטאַלין איז געוואָרן פּאַראַנאָיִש אַנטיסעמיטיש און דערפֿאַר האָט ער אַפֿילו געוואָלט (כאָטש קיין דאָקומענטאַלע באַווײַזן פֿון דעם האָט מען ביז עד־היום ניט געפֿונען) אַרויסשיקן אַלע ייִדן ערגעץ אין ווײַטן סיביר — קיין ביראָבידזשאַן צי אַן אַנדער אויסרײַסעניש, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט. אָבער פֿאַר וואָס האָט מען געדאַרפֿט אָנהייבן גראָד פֿון די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע זײַנען געווען איבערגעגעבן דער סאָוועטישער מאַכט און דערצו האָבן זיי געשפּילט אַ גאַנץ נישטיקע ראָלע, ווײַל ס’רובֿ סאָוועטישע ייִדן האָבן זיך שוין אַפֿילו ניט צוגערירט צו קיין שום פּראָדוקטן פֿון דער ייִדישער קולטור?
צוריק גערעדט, האָט ראַציאָנעלקייט גאָר ניט שטענדיק פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער קולטור פֿון אָננעמען באַשלוסן. (אַ המשך פֿון אָט דער קולטור, מישטיינס געזאָגט, פֿילט מען אויך הײַנט־צו־טאָג, אין דעם ווי עס פֿירט זיך אויף די רוסישע רעגירונג.) דאָך, וואָלט אַ בעסערער צוטריט צו די רוסישע אַרכיוון, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרמאַכט, בלי־ספֿק געגעבן מער סחורה פֿאַר היסטאָרישע רעקאָנסטרוקציעס.
די געשעענישן אַרום דעם 12טן אויגוסט 1952 האָבן געהאַט אַן אָפּקלאַנג אויך מחוץ דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער גזירה האָט שאָקירט אַ סך לײַט, בפֿרט די וואָס האָבן געהערט צום לינקן סעקטאָר פֿון דער ייִדישער גאַס. ווי אַ פּועל־יוצא, איז דער דאָזיקער סעקטאָר טיילווײַז אָפּגעשוואַכט און טיילווײַז איבערגעניצעוועט געוואָרן.
באַזונדערס שטאַרק האָט די דאָזיקע גזירה געביטן די קולטורעלע לאַנדשאַפֿט פֿון סאָוועטישע ייִדן. די ייִדישע קולטור האָט אין די לעצטע סאָוועטישע יאָרצענדליקער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט חורבֿות, אין וועלכע מע האָט דאָ און דאָרטן צורעכט געמאַכט עטלעכע צימערן צי דירות און באַפֿעלקערט זיי מיט ניצול־געוואָרענע פּען־מענטשן, קינסטלער און אַקטיאָרן. אָבער זייער צאָל איז יאָר־אײַן יאָר־אויס געוואָרן אַלץ קלענער און קלענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.