די ליטווישע רעגירונג לייקנט אָפּ דעם רבֿס דעפּאָרטאַציע־מעשׂה

Lithuanian Official Denies Deportation Threat Against Chief Rabbi

הרבֿ חיים בורשטיין, דער הויפּט־רבֿ פֿון ליטע
Facebook
הרבֿ חיים בורשטיין, דער הויפּט־רבֿ פֿון ליטע

פֿון ייִט״אַ

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

פֿרײַטיק, דעם זיבעטן אויגוסט, האָט די ליטווישע רעגירונג אָפּגעלייקנט די קלאַנגען, אַז מע האָט, כּלומרשט, געדראָט צו דעפּאָרטירן דעם הויפּט־רבֿ פֿונעם לאַנד צוליב זײַן קעגנערשאַפֿט צו דעם פּלאַן אויפֿצושטעלן אַ קאָנפֿערענץ־צענטער אויפֿן שטח פֿון אַ געוועזענעם ייִדישן בית־עולם.

הרבֿ חיים בורשטיין איז אַ ישׂראלדיקער בירגער, וועלכער וווינט טיילווײַז אין ליטע און דינט דאָרטן ווי דער הויפּט־רבֿ. דאָנערשטיק, דעם 6טן אויגוסט, האָט ער איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז מיט אַ טאָג פֿריִער האָט מען אים פֿאַרהאַלטן אינעם ווילנער עראָפּאָרט אויפֿן וועג קיין ישׂראל. די גרענעץ־פּאָליציי האָט אים דערקלערט, אַז ער וועט נישט קאָנען זיך אומקערן, ווײַל זײַן ליטווישע וויזע איז פֿאַרעלטערט.

בורשטיין האָט געזאָגט, אַז די פּאָליציאַנטן האָבן אים געלאָזט צו רו, ווען ער האָט געסטראַשעט צו פֿאַרוואַנדלען די סיטואַציע מיט זײַן וויזע אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן סקאַנדאַל. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז זײַן נאָמען שטייט אין אַ געוויסער שוואַרצער ליסטע; לויט זײַנע ווערטער, האָט די פּאָליציי אים דאָס דערקלערט און געגעבן אַן עצה שלום צו מאַכן מיט דעם מענטש, וועלכער האָט אים אַהין אַרײַנגעשריבן.

די גאַנצע מעשׂה האָט געדויערט אַ פֿערטל שעה. די גרענעץ־פּאָליציי האָט אים פֿאַרהאַלטן, אָפּגעשמועסט מיט אים, און בײַם סוף צוגעזאָגט, אַז ער קאָן זיך אומקערן קיין ליטע אָן פּראָבלעמען.

אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ליטווישן אינערן־מיניסטעריום האָט פֿרײַטיק געמאָלדן, אַז דער רבֿ איז נישט געווען פֿאַרשריבן אין קיין שוואַרצער ליסטע. לויט זײַנע ווערטער, איז זײַן פּאַספּאָרט פֿול מיט עראָפּאָרט־שטעמפּלעך, דערפֿאַר האָט די פּאָליציי, צוערשט, געמאַכט אַ טעות און געמיינט, אַז זײַן וויזע טויג נישט. ווען זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז בורשטיין האָט נישט געבראָכן די אימיגראַציע־געזעצן, האָט מען אים געלאָזט צו רו. דערצו, האָט דער וואָרטזאָגער צוגעגעבן, אַז קיינער האָט נישט גערעדט וועגן דעפּאָרטאַציע, און אַז די עראָפּאָרט־באַאַמטע זענען סײַ־ווי־סײַ נישט באַפֿולמעכטיקט אַרויסצוּוואַרפֿן עמעצן פֿונעם לאַנד. דער רעגירונג־פֿאָרשטייער האָט באַטאָנט, אַז כּל־זמן דעם רבֿס דאָקומענטן זענען אין אָרדענונג, מעג ער פֿאָרן וויפֿל ער וויל אַהין און צוריק.

אין די לעצטע חדשים, האָט בורשטיין כּסדר פֿאַרדאַמט דעם פּלאַן צו באַזײַטיקן דעם אַלטן סאָוועטישן ספּאָרט־פּאַלאַץ מיט אַ נײַעם קאָנפֿערענץ־צענטער. אויפֿן דאָזיקן אָרט האָט זיך פֿריִער געפֿונען אַ גרויסער און זייער אַלטער ייִדישער בית־עולם. בורשטיין האָט קריטיקירט די פּרעזידענטין פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, פֿאַיִנאַ קוקליאַנסקי, און האָט זי באַשולדיקט אין „אויטאָריטאַריזם‟.

בורשטיין האָט געטענהט, אַז קוקליאַנסקי, אַ געוועזענע מלוכישע פּראָקוראָרין, האָט געפּרוּווט אים צו דעפּאָרטירן, ווײַל זי שטיצט דעם פּראָיעקט פֿונעם נײַעם קאָנפֿערענץ־צענטער. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט זי געזאָגט, אַז דאָס איז נישט אמת, און אַז זי איז אויך מסכּים, אַז מע טאָר נישט מחלל זײַן דעם אַלטן בית־עולם. לויט אירע ווערטער, האָט די קהילה יאָ געטראַכט צו באַזײַטיקן דעם רבֿ, אָבער קיינמאָל נישט געפּרוּווט אים צו דעפּאָרטירן.